קניפן ציצית
די וואך איז עס געקומען עפעס צום אויבערפלאך
איך האב מיר עפעס דעם שבת אנגעפאנגען איבערצוקוקן מיינע ציצית איין עק צום צווייטן אין נישט מער אין נישט ווייניגער קיין איינס איז נישט געקניפט אויפן דרך ווי ס'איז מקובל ביי אונז
אז דיי ערשטע דארף זיין 7
די צווייטע 8
די דריטע 11
אין די פערטע 13
נאר אנשטאט איז עס געווען געקניפט
די ערשטע 5
די צווייטע 6
די דריטע 8
די פערטע 10
עפעס אזוי מיין שאלה איז וואס קען מען נישט אויסלערנען פאר די קניפערס איינמאל פאר אלעמאל ווי אזוי מען דארף קניפן ציצית ?
ציצית איז דאך א שמירה אויפן מענטש איז נישט מער ווי יושר אז ווען א מענטש צאלט טייער געלט פאר זיין ציצית
אין ער האט נישט קיין צייט צו קנופן אליינס זיינע ציצית זאל אים די קאמפעני נישט אפנארן
אין געבן ציצית וואס איז נישט געקניפט אויפן ריכטיגן אופן
אויב די קאמפעני'ס דרייען זיך דא זאלן זיי ביטע זעען צו פארבעסערן דעם פראבלעם