וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע:ווערמאנט

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

בע"ה
נעכטן זונטאג זעמיר געווען אין בינגאו מיט'ן האפענונג אז צוליב די פארשליסונג פונעם BQE וועט דער וויליאמסבורגער עולם פילייכט נישט קומען אין די מאסן, אבער גאנץ שנעל אנטוישט געווארן ביים אנקומען אהין... עס איז געווען דארט איבערגעפילט עד אפס מקום, סיי מיט תושבי וויליאמסבורג [וועלכע האבן געמאכט דעם חשבון אז 'מיר זענען מסתם פון די איינציגע וומסב'גער וועלכע זענען יא געקומען טראץ דעם וואס די הייוועי איז פארשפארט..] און סיי תושבים פון בארא פארק און פלעטבוש [וועלכע האבן מסתם אויך געמאכט דעם חשבון וואס איך האב געמאכט, המובא בראש מאמרינו...]. אבער פון די צווייטע זייט איז ב"ה אזא נחת צו קוקן ווי פילע הונדערטער אידישע קינדער אנשים נשים וטף זענען עוסק מיט שמחה און יגיעה ביינאזאם אין די הכנות צום הייליגן יו"ט פסח, אשריכם ישראל! און אוודאי אשרי חלקו פון הנדבן החשוב הרב יואל שליט"א וואס טויזענטער אידישע קינדער גייען צו צום הייליגן יו"ט זמן חרותנו מיט לייכטע געמיטער! [געוויס וואלט איך אויך שטארק געקענט נוצן די קיופאן פון זיין חלוקה, אבער למעשה וואוין איך אין בארא פארק און השי"ת האט פאר יעדן צו געבן געלט אויף פסח].

וואס איך האב יא געזעהן ביי בינגא: די קעסטלעך טרויבן וואס איך קויף ביי אים יעדע יאר צו מאכן די מאסט, זענען אויסגעגאנגען פיל שנעלער ווי ער האט זיי אריינבאקומען, בכלל האט זיך אנגעזעהן א שטיקל מאנגל אין געוויסע רויע פראדוקטן וואס אידן וועלכע מאכן אליין דעם פסח קויפן איין, און כפי ששמעתי בשם די פארוואלטער פונעם געשעפט האבן זיי פשוט נישט געקענט נאכקומען צו ריסטאַקען די סחורה, צוליב דעם ריבוי העם בליעה"ר וואס זענען געקומען היי-יאר איינקויפן. [וואס אין דעם איז אויך שולדיג ב"ה הנדבן החשוב שליט"א]

אגב, אז מען רעדט שוין פון די טרויבן זאל דער עולם אין אכט נעמען אז די פרייזן פון טרויבן זענען געשטיגן מיט עטליכע הונדערט פראצענט דאס יאר! איך פלעג יעדע יאר נעמען די טרויבן פון בינגא וואס ער האט געהאט פאר'ן ביליגן פרייז פון 10-12 דאללאר א קעסטל, און כפי השמועה קאסט דאס היי יאר העכער 40 דאללאר א קעסטל!
לשנה הבאה בירושלים מיט אלע אידן אינאיינעם, אכי"ר!!!
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

איך האב געכאפט א שמועס היינט מיט איינע פון די עסקני החלוקה, און ער זאגט מיר אז זיי ווילן קלאר מאכן עטליכע זאכן.

1) די חלוקה וועט אנגיין ביז היינט מאנטאג 4:00 נאכמיטאג

2) די חלוקה איז געאייגנט פאר משפחות מיט לכה"פ דריי קינדער

3) מען קען נאר אפנעמען אויב זענט איר רעגיסטרירט פון פאראויס

4) כדי אפצונעמען ביים חלוקה דארפט איר אליינס אראפקומען - מען קען נישט שיקן א צווייטן אנשטאט אייך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משה שוויצעריש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 9:44 am
וואף
גערעדט מיט אפאר גראסערי חברה נישט געוויסט ווי ווייט יואלי האט זיי מסדר געווען
די חברה וויינען… סאיז אנבעליוועבעל… אוי איז דיס א ריק פאר זיי…
משלי כד יז-יח
◄ ווייז ספוילער
בִּנְפֹל אויביך [אוֹיִבְךָ] אַל תִּשְׂמָח וּבִכָּשְׁלוֹ אַל יָגֵל לִבֶּךָ. פֶּן יִרְאֶה ה' וְרַע בְּעֵינָיו וְהֵשִׁיב מֵעָלָיו אַפּוֹ.
און אויף ווען מען האלט זיך נאך גוט מיט יענעם לפנים, איז דא אנדערע פסוקים.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 3:36 pm
משה שוויצעריש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 9:44 am
וואף
גערעדט מיט אפאר גראסערי חברה נישט געוויסט ווי ווייט יואלי האט זיי מסדר געווען
די חברה וויינען… סאיז אנבעליוועבעל… אוי איז דיס א ריק פאר זיי…
משלי כד יז-יח
◄ ווייז ספוילער
בִּנְפֹל אויביך [אוֹיִבְךָ] אַל תִּשְׂמָח וּבִכָּשְׁלוֹ אַל יָגֵל לִבֶּךָ. פֶּן יִרְאֶה ה' וְרַע בְּעֵינָיו וְהֵשִׁיב מֵעָלָיו אַפּוֹ.
און אויף ווען מען האלט זיך נאך גוט מיט יענעם לפנים, איז דא אנדערע פסוקים.
נעבעך
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

ניקישי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:00 am
פאריגע מאנטאג האט שוין די סיסטעם געזאגט אז מיין קארטל איז געווארן געשיקט אין די פאסט, שפעטער איז עס געווארן געטוישט און אנגעהויבן זאגן אז ס'איז געווארן "אויפגעפיקט".
איך האב עס נישט באקומען אין די פאסט און אויך נישט אויפגעפיקט אינערגעץ. כ'האב בכלל נישט געוואוסט אז ס'איז דא א אפציע פון אויפפיקן.
איך האב געשיקט א אימעיל יעצט, כ'האף אז כ'וועל הערן פון זיי.
היינט אינדערפרי האבן זיי רעספאנדעד צום אימעיל אז איך זאל קומען אויפפיקן די קארטל אין אפיס.
און ב"ה אז יעצט האב איך עס שוין!
די הרוחה אין קאפ איז שוין א מורא'דיגע העלפ פאר די ערב פסח הכנות, אפילו נאך פאר מ'באטרעט דעם שוועל פון בינגא און פון די בוטשער סטאר!
שכח ר' יואל! שכח אלע עסקנים!!!
דער אייבערשטער זאל באצאלן בכפלי כפליים!
---
כמעט פארגעסן. זייט @וויכטיג מאכער האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין קעיס נעכטן שפעט ביינאכט, האבן זיך זאכן גענומען רוקן. איך ווייס נישט אויב ער האט געארבעט דערויף, אדער ס'האט געארבעט באופן סגוליי, אבער געלונגען איז עס סייווי!
שכח @וויכי!! (@וויכי דארף ווען זיין געהעריג רעגיסטרירט אין די mentioning feature)
לעצט פארראכטן דורך ניקישי אום מאנטאג אפריל 15, 2024 4:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

מיין פאון נומער איז א גאנצן צייט געווען אויפן סיסטעם און געזאגט אז סאיז ארויסגעשיקט געווארן וכדו', יעצט ביים עקטיוועיטן זאגט עס אז מיין נאמבער איז נישט אין סיסטעם.
ניקישי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
מיין פאון נומער איז א גאנצן צייט געווען אויפן סיסטעם און געזאגט אז סאיז ארויסגעשיקט געווארן וכדו', יעצט ביים עקטיוועיטן זאגט עס אז מיין נאמבער איז נישט אין סיסטעם.
די עסקנים אין אפיס האבן מיך געזאגט אז די activation סיסטעם מאכט פראבלעמען יעצט, מ'דארף טרייען שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

Union האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 2:20 pm
Are the cards going to be good only till Pasach or also gonna be good for Chol Hamad
אויף די אנווייזונגען שטייט אז נאר ביז פסח
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ברדלס האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:47 pm
איינער ווייסט מארגן 10:30 אינדערפרי, וואס דארף צו זיין די מצב ביי בינגאו?

אין די 5 טאון לאקעשאון איז דא די זעלבע סטאק ווי ב"פ?
זעמיר אנגעקומען אביסל שפעטער, 11 צייט, קודם איז געווען רואיג בניחותא. אבער ערגעץ אזוי 12-1 צייט ווען כ'האב נאך געקאווערט בלויז א האלבע סטאר האט זיך געטון אזוי אנלויף, מ'האט זיך נישט געקענט רירן... די ארבעטער האבן געשטראמט מיט קעיסעס איבערצוסטאקן די שעלפס.
נאכן ענדליך ענדיגן מיט 2 אנגעפילטע וועגעלעך גיי איך צום סעלף טשעק-אוט וואס איז אגב געווען א מחי', צוגעאיילט דעם פראצעדור פי כמה.. איך האב געמיינט אז די דיסקאונט גייט מיר קאווערן האלב פון מיין ארדער... זע איך גאר אז הכל בכל מכל האמיר געהויפנט אזא 8 מאות... מיט'ן פסח קארטל האט עס געטראסקעט צו פיר.

זעמיר שנעל צוריקגעלאפן אפלאדענען נאך אפאר קעיסעס. אבער ס'נאכאלץ נישט אנגעקומען צום מאקסימום..

אט דאס הייסט א סעמפל פון צדקה! איך דארף זיך ברעכן קאפ וואס נאך מען קען קויפן...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

געווען אין מאנסי בינגאו, געווען זייער א געשמאקע עקספיריענס. נישט געדארפט לאנג ווארטן די שעלפס זענען געווען פיל. יא ס'האט געהאלטן אין איין אריינפארן סקידס מיט סחורה, און נאכן אנפולן עטליכע וואגאנען האט געווארט א סופרייז אז ניטאמאל האלב פונעם קארטל איז געווארן אפגעווישט.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

פארוואס געוויסע מענטשן מיט דריי קינדער האבן באקומען די פולע סכום בעת אנדערע האבן נאר באקומען האלב?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די איבערפלוס פון אפליקעישענס האט געמאכט אז קלענערע משפחות באקומען 500 - 1000 אנשטאטס 1000 - 2000...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

ניקישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
מיין פאון נומער איז א גאנצן צייט געווען אויפן סיסטעם און געזאגט אז סאיז ארויסגעשיקט געווארן וכדו', יעצט ביים עקטיוועיטן זאגט עס אז מיין נאמבער איז נישט אין סיסטעם.
די עסקנים אין אפיס האבן מיך געזאגט אז די activation סיסטעם מאכט פראבלעמען יעצט, מ'דארף טרייען שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט
נאכאלץ דעי פראבלעם!
נאך איינער האט דעי פראבלעם אדער נאר איך?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:48 pm
די איבערפלוס פון אפליקעישענס האט געמאכט אז קלענערע משפחות באקומען 500 - 1000 אנשטאטס 1000 - 2000...
מען קען שוין הערן נומבער'ס ? וויפיל משפחות האבן אפלייעט?
יוחנן ווייס
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:43 am

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן ווייס »

המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:56 pm
ניקישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
מיין פאון נומער איז א גאנצן צייט געווען אויפן סיסטעם און געזאגט אז סאיז ארויסגעשיקט געווארן וכדו', יעצט ביים עקטיוועיטן זאגט עס אז מיין נאמבער איז נישט אין סיסטעם.
די עסקנים אין אפיס האבן מיך געזאגט אז די activation סיסטעם מאכט פראבלעמען יעצט, מ'דארף טרייען שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט
נאכאלץ דעי פראבלעם!
נאך איינער האט דעי פראבלעם אדער נאר איך?
גא''מ
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

יוחנן ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 7:43 pm
המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:56 pm
ניקישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
מיין פאון נומער איז א גאנצן צייט געווען אויפן סיסטעם און געזאגט אז סאיז ארויסגעשיקט געווארן וכדו', יעצט ביים עקטיוועיטן זאגט עס אז מיין נאמבער איז נישט אין סיסטעם.
די עסקנים אין אפיס האבן מיך געזאגט אז די activation סיסטעם מאכט פראבלעמען יעצט, מ'דארף טרייען שפעטער נאכמיטאג אדער ביינאכט
נאכאלץ דעי פראבלעם!
נאך איינער האט דעי פראבלעם אדער נאר איך?
גא''מ
@וויכטיג מאכער איז נאך דא מענטשן וואס האבן דעם פראבלעם? עס גייט נאך ווערן מסודר אדער מקען גיין קויפן אין וואן סטאפ...?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלע וואס האבן היינט אויפגעפיקט די קארטל גייטעס נעמען ביז 12:00 בערך...

אנדערע וואס האבן שוין אויפגעפיקט נעכטן און ס'ארבייט נאכניש זאלן אריינקומען אין אישי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

בנוגע די בינגא חלוקה.
געהערט פון חברים וואס האבן נישט באקומען.
עס קומט נאך?
מ’קען ערגעץ באקומען די קארטל?

אויב רעדט מען ערגעץ דערוועגן ביטע צייגן. ש’כח
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP


[email protected]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויב דיין חבר האט עפלייט אין צייט קאנטאקט מיך אין אישי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

די באלאנס וואס מ'הערט אויף'ן פאון איז די סכום פון די דיסקאונט (למשל $500 מיינט אז מ'קען נאך קויפן פאר $1000) אדער די סכום פון וואס מ'באקומט די דיסקאונט ($500 מיינט $250 דיסקאונט)???
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

רעים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 8:37 pm
די באלאנס וואס מ'הערט אויף'ן פאון איז די סכום פון די דיסקאונט (למשל $500 מיינט אז מ'קען נאך קויפן פאר $1000) אדער די סכום פון וואס מ'באקומט די דיסקאונט ($500 מיינט $250 דיסקאונט)???
500 -1000
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9102
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

photo_2024-04-15_20-40-34.jpg
photo_2024-04-15_20-40-34.jpg (196.33 KiB) געזען 838 מאל
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33337
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

באקומען אן א שיעור אישיס...

ביטע מיך נאר קאנטאקטן אויב האסטו באקומען א קארטל ביז נעכטן און דו קענסט נישט אקטיוועיטן...

אדער אויב 1) האסטו עפלייט אין צייט און 2) דו האסט דריי אדער מער קינדער אין שטוב און 3) דארפסט עכט די געלט אויף יו"ט, און 4) דו האסט נישט די קארטל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

לולי דמיסתפיני וואלט איך געזאגט, אז די אלע יודען וואס האבן אפלייעט אבער די אפיס אז געווען "מסופק" צו ער דארף "עכט" די געלט אויף יו"ט, איז בדרך לא דרך פערצופאל די קארטעל נישט אנגעקומען, נאר אויב דו ביסט זיך עכט געקומען בעטן אדער געגאנגן אויפפיקען, איז הוברר הדבר למפרע אז דו דארפסט עס עכט האבן!!
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

Re: וויליאמסבורג פסח חלוקה פ"ד עצות וקאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 8:15 pm
אלע וואס האבן היינט אויפגעפיקט די קארטל גייטעס נעמען ביז 12:00 בערך...

אנדערע וואס האבן שוין אויפגעפיקט נעכטן און ס'ארבייט נאכניש זאלן אריינקומען אין אישי...
מען קען נאך היינט אויפפיקן ביי וואלאבאוט? אדער וועט עס אפיציעל אפען זיין מארגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”