ווער וואלט זיך געגלייבט אז גאוגל ציווישן אלע אנדערע לינקע פירמעס וועט זיך איינקויפן א רוקנביין בנוגע אירע 'וואוק' ארבייטער.
נעכטן איז געווען א גרויסע טאג אין די גאוגל הויפטקווארטירן אין ניו יארק און קאליפארניע, וואס איז, די ארבייטער האבן זיך דערוויסט פון א 1.2 ביליאן דאלאר קלאוד קאנטראקט וואס די פירמע האט געמאכט מיט די אומאראלישע רעגירונג פון מד'י.
נו וואס טוהען די מאראלישע איגנט וואס עס ווייטאגט זײ די שטיצע וואס די פירמע גיבט ליידער פאר'ן ציוניסטישע ריגירונג, נאך דערצו אין א זמן ווען ס'איז דא אזא אלטעוועלטליכע אויפוואכונג אין די נושאים.
מ'זעצט זיך אריין אין די אפיסעס פון די מענידשערס בעלי בתים און סי אי אויס פאר צען שעה, ביז זיי וועלן איינזעהן די אומאראלישקייט פון זייערע טהאטן.
למעשה האט זיך עס דאס מאל אנדערש ווי געווענליך נישט אויסגעארבעט און די פירערשאפט האט געזאגט אז 28 ארבייטער וועלן פליען פון בין הזמנים כולל.

די ארבעטערס זענען ארעסטירט געווארן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אין אנדערע נייעס זאגט די מד'י קאמענד פירער אז די פראטאקאלן פון די צענטראלע קאמענד וועלן פארזיכערן אז מד'י בירגער האבן א רוהיגע יום טוב פסח, דאס מיינט ווארשיינליך אז ביז נאך פסח קומט נישט קיין גרויסע אפאראציעס אדער א איראן נקמה.
היינט איז פארגעקומען א לוויה אין פאמאנע וואו מ'האט באגראבן צוויי ספרי תורה וועלכע זענען רח''ל פארברענט געווארן אין א פייער וועלכע האט נעכטן פארברענט די קהל חסידים בהמ''ד אין געגנט.
צוויי פון די 7 דשורערס געקליבן פאר די ערשטע קרימינאלע פראצעס וואס טראמפ גייט אריבערגיין אין מאנהעטן האבן געדארפט אפגעזאגט ווערן.
איין נורס פון מאנהעטן האט זיך אפגעזאגט וויבאלד יענער האט געזאגט אז די מידיא האט ארויסגעלאזט אינפארמאציע וואס האט אויפגעדעקט די אידענטיטעט און באקומען דרוק פון משפחה און באקאנטע איבער די פראצעס, און ס'איז שוין נישט מעגליך צו זיין אומ-בייעסד.
אמעריקע און ענגלאנד לייגן סאנקציעס אויף איראנער אינדיווידואלן און די אייזן און דראון סעקטארן אבער האלטן זיך צוריק פון זיכערמאכן אז די אויל סאנקציעס זאלן ווערן אינפארסירט.
דאס צייגט אז די צוויי לענדער זענען נישט גרייט צו לייגן שווערע סאנקציעס אויף איראן אויב עס וועט זיי קאסטן העכערע ענערגיע פרייזן און די איצטיגע און אמאליגע סאנקציעס זענען בלויז געווען סימבאליש.
די אויל סאנקציעס ווערן נישט אינפארסירט וויבאלד כינע קויפט יא די אויל און די סאנקציעס פאלגן נישט נאך די כינעזע פירמעס וואס קויפן עס.
אויב די לענדער האבן א פראבלעם אז די פרייזן פון ענערגיע וועלן זיך הייבן, מיינט אז זיי זענען קיינמאל נישט גרייט געווען צו האבן מיינונג'ספולע סאנקציעס אויף די הויפט איראנער ריגירונג סעקטאר.
נישט אז איך האלט אז מ'איז עס מחויב צו טהון פאר מד'י אדער אמעריקע אויב ס'איז נישט דא קיין ענפער אויף די ענערגיע פראבלעם, אבער די אישאו איז אזויווי שטענדיק מיט ריגירונג, זענען דא צו ווייזן, נישט צו טון.
אבער די פארבלעם איז איר בינטל פון 29 טויזנט טוויטס וועלכע דעקט אויף די שטארק אומפארטייאישקייט פון די נייע פירער פון די פאבליק אויסגעהאלטענע אומפארטייאישע נייעס סטאנציע.
נאך פאר מ'גייט אריין אין די טוויטס האט זי עס געמאכט גרינגער מיט א לעצטיגע אינטערוויו ווי זי האט ארויסגעברענגט אז '-די אמת קען אסאך מאל שטיין אין וועג פון די ציל וואו מיר ווילן אנקומען, און מיט דארפן אריינשטעלן די גוטע פאקטן און ארויסנעמען די שלעכטע, '-דאס גייט אין איינקלאנג מיט די לעצטיגע דשורנאליסטישע סטאנדארטן..
אויך דארף מען געדענקען אז זייער קאסטן ווערן געדעקט דורך די פעדעראלע רעגירונג אין די רעינדש פון א האלבע ביליאן דאלאר א יאר , זייענדיג די נייעס ארגענעזאציע וואס די רעגירונג האלט אויף פאר די וואוילזיין פון די בירגער און דשורנאליסטישע ווירדן.
היינט איז פארגעקומען א לוויה אין פאמאנע וואו מ'האט באגראבן צוויי ספרי תורה וועלכע זענען רח''ל פארברענט געווארן אין א פייער וועלכע האט נעכטן פארברענט די קהל חסידים בהמ''ד אין געגנט.
לויט ווי איך האב געהערט איז עס ליידער געווען דריי ספרי תורה נישט צוויי.
א איזרעלי לופט צו ערד מיסל געפונען אראפגעקראכט אין איראק נעבן די איראנער גרעניץ.
אין אנדערע נייעס זאגן אמעריקאנער מיליטערישע קוועלער אז מד'י האט אטאקירט די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען פון די ארטיגע נוקלעארע צענטער מיט דריי לאנגשטרעקיגע מיסלס פון פליגער.
די ביידן אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן צו שטעלן סאנקציעס אויף די נצח יהודה בריגאדע אין די מד'י מיליטער.
וואסי...? די באטאליאן ווערט באשולדיגט אין באהאנדלען פאלעסטינע אין די מערב ברעג מיט ברוטאליטעט.
בײ איין פאל ווערן זיי באשולדיגט אין ארעסטירן און פארבינדן די אויגן פון א 78 יעריגע און דערנאך ארויסגעלאזט אין א איזאלירטע ארט אין א קאלטע נאכט, שפעטער איז יענער אומגעקומען.
די בריגאדע איז גערוקט געווארן קיין צפון צוויי יאר צוריק צוליב די קאנטראווערסיעס.
אין אנדערע נייעס קומען ארויס באריכטן אין די צייט אז אמעריקע האט עפעס א מיסטעריע מייקראוועיוו באמבע וועלכע קען שעדיגן איראנע נוקלעארע איינריכטונגען מיט שעדיגן די אילעקטראנישע קראפט אין די פלענטס מיטן הויערן דעריבער.