Re: מאכלים וואס מען האט נאך נישט קיין פסח'דיגע ווערסיע
קאקאש קעיק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
Elegant desserts מאכט א קאקאש קעיק וואס די קענסט נישט שפירן קיין חילוק פון חמץ, זיי האבן התאחדות הכשר, זייער פעקטארי איז אויף קענט עוועניו אין וויליאמסבורג, זיי האבן געהעריג גרויסע באבקעס, דינע קאקאש, און קאקאש ראגאלעך, אבער סאיז דא נאך אסאך קאמפעניס וואס מאכן עס
זיכער סאיז דא פון עטליכע קאמפאניס
מזונות פארשטייט זיך איז נישט דא, אבער שהכל איז דא אלע סארטן פונקט ווי חמץ, פרענקפורטער און בורגער באנס און בייגלעך , די קענסט נישט זען אדער שפירן א חילוק אין טעם אז די ווייסט נישט
מ'האט אמאל געפרעגט א חסיד מן השורה צו נאכן עסן המן טאשן איז מען בודק חמץ. דער חסיד, א שארפער, האט געענטפערט 'כ'קען דיר נישט זאגן פאר זיכער, אבער דאס איז זיכער אז אויב יא האט מען דערנאך געגעסן המן טאשן', ודוק...
גראדע דא א מנהג דאכט זיך אין וויזניץ , צו עסן קינדעל שבת הגדול, די טעם דענק איך נישט יעצט פארוואס
דאס איז דאך חמץ'דיגע אויך נישט דא...