Re: עתיקא קדישא 6#-"פסח אינדערהיים"
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 27, 2023 5:14 pmמקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח:
1. הללו את ה', ניגון שמחה; [כ'קען איהם נישט, עס שמעקט היינטיג]
אויפן אינטערוויו זאגט ר' ירמי' אז דער ניגון פלעגט מען זינגען ביים סדר און די אנדערע ביים דאווענען פסח ביינאכט.
2. קדש ורחץ; ראפשיץ.
דער ניגון ווערט געזינגען בכל חצרות צאצאי הרה"ק מראפשיץ זי"ע אויף קדש ורחץ און נאך שטיקלעך פון די הגדה.
3. הא לחמא עניא; נוסח.
4. הלל; נוסח.
5. הללו 2, ניגון שמחה; ראזוואדאוו.
ווערט געזינגען אין סטוטשין אויף שהשלום שלו, ר' יאשע ליפשיץ ע"ה זינגט עס אויף מעין עולם הבא און זאגט אז מען האט עס געזינגען אויף מעה"ב שבת הגדול.
6. זכר למקדש כהלל; נוסח
7. שיר השירים; ראזוואדאוו.
דער הייליגער שיר השירים ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' משה מראזוואדאוו זי"ע, דער ניגון איז באקאנט מיט פארשידענע נוסחאות און דער נוסח איז כנראה געווען וויאזוי די לעצטע ראזוואדאווע רב ר' נפתלי זי"ע האט עס געזינגען.
8. אז רוב ניסים; נוסח ראפשיץ.
9. כי לו נאה, והמשך הזמירות;
כמדומה אז מען זינגט ענליך צו דעם אין באבוב, ומקורו לא ידוע לי.
איין פאל אינמיט'ן פון דעם ניגון זאגט ער האט ער גענומען פון זיין שווער, אויפן אינטערוויו זאגט ער וועלכע פאל.
10. אחד מי יודע; בר יוחאי דזשיקוב.
דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע ויש המייחסים אותו להרבי ר' הירש מרימנוב זי"ע.
11. חד גדיא; די זעלבע ווי כי לו נאה (9).
12. אבא בחיל; ראזוואדאוו.
א הייליגע ניגון געגועים מחצר הרה"ק מראזוואדאוו זי"ע, יש מייחסים (ר' דוד פערקאוויטש) הניגון אל הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע.
13. טל, נוסח וניגון; הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
דער ניגון טל האט מחבר געווען הרה"ק מראפשיץ זי"ע, ומושר בכל חצרות צאצאיו, י"א אז דאס איז איינע פון די ניגונים וואס דער ראפשיצער רב זי"ע האט מצווה געווען בניו ונכדיו נישט צו משנה זיין נאר שטענדיג בלויז זינגען דעם ניגון.
14. פסח מצרים; ראפשיץ.
אויכט באקאנט אין דער וועלט אלץ שלום עליכם ביים הייליגן צאנזע רב זי"ע.
דער ניגון שטאמט נאך פון הייליגן ראפשיצע רב זי"ע, נישטא קיין קלארע ידיעה אויב ער האט עס מחבר געווען.
דער ניגון ווערט געזינגען אלע ימים טובים אויף די פיוטים פון מערבית.
די צווייטע פאל דא איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט און וועמנס הוספה דאס איז.
זאגט אויכעט אויפ'ן אינטערוויאו אז זיין טאטע האט געזינגען דעם פאל און ער האט געהערט פון נאך אירע וואס שטאמען פון די חצירות אז מ'פלעגט עס אזוי זינגען ביי זיי.
15. חסל סידור פסח; ניגון קדש ורחץ ראפשיץ (2).
מקורות הניגונים אלבום עתיקא קדישא 6 פסח.pdf
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו