אין דעם ספר מעשה ניסים, פונ'ם הייליגען "חוות דעת, שטייט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא" אז דאס גייט ארויף אויף די צייטען פונ'ם חורבן בית המקדש ביז ווען משיח וועט קומען.
דער ציגעלע איז א רמז אויפ'ן בית המקדש וואס ווערט אנגערופען "גדי" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בכרמי עין גדי", "אבא" מיינט מען דוד המלך, וואס ער הייסט דער פאטער פון חסידים, (חסיד-לפנים משורת הדין) :
ווען דוד המלך האט געקויפט דעם ארט אויף צו בויען דעם בית המקדש, האט ער איינגעמאנט פון יעדען א האלבען שקל וואס דאס איז ווערט צוויי זוזים.
דאס מיינט דער בעל הגדה, "חד גדיא" דער בית המקדש "דזבין אבא" וואס דוד המלך האט געקויפט "בתרי זוזי" מיט צוויי זוזים, וואס יעדער האט געגעבן.
די איינוואינער פון די מדבריות האבן איהם אויפגענומען אלץ קעניג איבער זיי, און זיי האבן איהם אנגערופן "כורש" ווייל אין די פרסי שפראך רופט מען אהן א הינט "כורש".
דריוש די קעניג פון מדי, ווען ער האט געהערט פון די מעשה, איז ער אזוי נתפעל געווארן, אז ער האט געשיקט זיין טאכטער חתונה צו האבן מיט איהם. (דער קינד וואס איז געבוירן געווארן איז געווען "אחשוורוש") ווען דריוש איז געשטארבן האט כורש אויך איבערגענומען די קעניגרייך פון מדי (ווייל דריוש האט נישט געהאט קיין אנדערע קינדער, נאר דער איין טאכטער וואס איז יעצט געווען די ווייב פון כורש).
ווי אזוי האט כורש באקומען אויך די מלוכה פון בלשצר די קעניג פון בבל, ווייל נאך די חתונה פון כורש, האט כורש מיט זיין שווער דריוש געטראכט "וואס דארפן מיר זיין אונטערטעניגט בלשצר די קעניג פון בבל לאמיר גיין מיט אים מלחמה האטלן".
ביי די סעודה האט ער זיך זייער אנגעשיקערט און אינמיטען די שיכרות איז אראפגעקומען א האנט פון הימל און אנגעהויבן שרייבן אויף די וואנט אזוי: "מנא מנא תקל ופרסין" (דניאל ה'). מען האט גערופן דניאל אז ער זאל זאגן וואס דאס מיינט. דניאל האט געזאגט אז דאס מיינט אז נאך היינט ביינאכט וועט ווערן צוגענומען די קעניגרייך פון דיר.
דער טויער וועכטער האט געוויסט אז די רייד פון דניאל איז אמת און פארשטאנען אז היינט ביינאכט גייען כורש און דריוש הארגענען בלשצר און איבערנעמען די מלוכה. ער האט געטראכט "עס איז בעסער אז איך זאל איהם הרג'ענען און איך וועל געבן זיין קאפ אלץ מתנה צו כורש און דריוש, און אזוי וועל איך טרעפן ליבשאפט אין זייער אויגן און מען וועט איהם לאזן לעבן".
בלשצר האט אויך מורא געהאט פון די ווערטער פון דניאל, האט ער געהייסן דער טויער וועכטער אז דער נאכט זאל מען קיינער נישט אריינלאזן, אפילו איינער וועט זאגן אז ער איז די קעניג.
די קעניג האט אינמיטן נאכט געדארפט ארויסגיין, איז ער ארויסגעגאנגן ווען די טויער וועכטער האט נישט באמערקט, אבער ווען ער האט געוואלט אריינקומען האט די טויער וועכטער איהם באמערקט, און ער האט געשריגן "איך בין די קעניג, לאז מיר אריין".
דא האט דער טויער וועכטער געטראפן א מעגליכקייט איהם צו הרג'ענען, און קיינער וועט נישט האבן קיין טענות ווייל די קעניג אליין האט דאך אזוי געהייסן טוהן.
אבער "ואתא כלבא" די גמרא זאגט אין ברכות (ג' ע"א) אז ביי די צווייטע משמרה פון די נאכט "כלבים צועקים" דאס מיינט אז בשעת חצות זענען די כלבים שולט, און כידוע האט מען נאר געקענט עסן דעם קרבן פסח ביז חצות, אויך הלל שטייט אין שו"ע (או"ח סי תע"ז) מען זאל ענדיגן הלל ביי חצות.
"ואתא כלבא" עס קומט דער זמן פון חצות "ונשך לשונרא" און בייסט אריין אין דעם שיינעם שירה מיט וואס מען עסט דעם קרבן פסח און האט מער נישט געלאזט עסן און זינגען ווייטער.
"ואתא חוטרא" כלבא איז א נאמען פאר די מזיקים. עס שטייט אין מדרש אז די פייער פון מזבח וואס האט געברענט א גאנצע נאכט דאס איז געווען א כח צו מכניע זיין אלע מזיקים. די גמרא זאגט אין יומא (ל"א ע"א) אז די פייער פון מזבח איז ארויף אזוי ווי א שטעקן.
דאס איז פשט "ואתא חוטרא" עס איז געקומען די פייער פון מזבח "והכא לכלבא" און געשלאגן די שלעכטע כוחות וואס ווילן שלעכטס טוהן פאר די יודן.
"ואתא נורא ושרף לחוטרא" די פייער וואס יודן האבן געברענגט מן ההדיוט (אע"פ שאש יורדת מן השמים מצוה להביא מן ההדיוט) דאס האט פאברענט די שטעקנס און העלצער אויף די מזבח.
"ואתא מיא" ווייל די ערשטע עבודה פאר עלות השחר איז געווען "תרומת הדשן" וואס וועלכע כהן עס האט זוכה געווען דעצרו האט ערשט געמוזט מאכן קידוש ידים ורגלים, מיט די "וואסער" פון דער כיור, און נאכדעם אראפגענומען א פולע מחתה ברענענדיגע קוילן, און אראפגעלייגט אויף די ערד (במקום הדשן במזרח הכבש) נעבן די מזבח, און דארט האט זיך די פייער פון די קוילן אויסגעלאשן.
דאס מיינט ער בלשון מליצה אז וואסער לעשט פייער "ואתא מיא" עס איז געקומען דער געוואשענע כהן מיט וואסער פון כיור "וכבה לנורא" און אויסגעלאשן די פייער דורך תרומת הדשן.
"ואתא תורא ושתא למיא" חגיגת ט"ו די קרבן וואס אלע יודן האבן געברענגט יום טוב איז געווען א פר, און די משנה זאגט אין מס' תמיד (פ"ג מ"ד) אז פאר מען האט גע'שחט'ן די קרבנות פלעגט מען געבן די בהמה צו טרינקן וואסער פון דעם כיור מיט א כוס של זהב.
דאס דערציילט דער בעל הגדה מיט בענקשאפט, "ואתא תורא" אלע יודן האבן דאך געברענט אקסן און די עזרה איז איז פיל געווארן מיט זיי, און אלע האבן זיי אנגעטריקן מיט וואסער פונ'ם כיור (און כטאש עס שטייט בלשון יחיד, לשוורים הרבה קורא שור)
"ואתא השוחט ושחט לתורא" גייט ארויף אויף אלע יודן ווייל יעדער האט דאך געמעגט שחט'ן (שחיטה כשרה בזר), אזוי האט אויסגעזען די טעג פון פסח בזמן הבית.
אבער ליידער, "ואתא מלאך המות" דער ס"מ דאס איז שרו של אדום, "ושחט לשוחט" און האט אויסגע'שחט'ן אזויפיל יודן, און חרוב געמאכט דעם הייליגן בית המקדש, און פארטריבן די יודן אין גלות.
בעטן מיר דיר רבונו של עולם דעם היינטיגן נאכט, און מיר האפן צו דיר מיט בענקשאפט "טייערע זיסע טאטע" אז: "ואתא הקב"ה" זאלסט שוין קומען רבונו של עולם, "ושחט" שחט דעם שרו של אדום, זאל שוין זיין א סוף צו די אידשע צרות, און מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים: וואס דעמאלס וועט שוין נאכמאל זיין "חד גדיא חד גדיא".
מי חיבר את חד גדיא ? ראיתי בהגדה מכון ירושלים שהפיוטים אחד מי יודע וגם חד גדיא מצאו כתוב על קלף בבית המדרש בגרמייזא בזמן הרוקח האם זה נכון ? איפה נמצא גרמיזא ? האם זה וורמייזא ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים[email protected] זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז