אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, איז דאס גוט, ווער בענעפיט דערפון.

שטארקע חסד אין די היימישע גאסן ערב די פסח טעג אויף די העכסטע פארנעם, מיטן פארטיילן טויזענע דאלארן ווערט פון קיופאנס ארויס צו העלפן מלמדים, טיטשערס, כולל אינגעלייט, מיטגלידער אין ארגענעזאציע גרופעס, באס דרייווער'ס, וכו'.

עס ברויכט ווערן שטארק אפלאדירט וויפל געלט נגידים גיסן אריין פאר א יום טוב אין די קיופאנס, ווען די ארג, קומען אנטקעגן א ריטעל געשעפט מיט אזא המצעה, דו געב פאר אונזער ארג א פיפצן פראצענט דיסקאוינט, און אונז וועלן אנטקעגן קומען מיט די אנדערע פיפצן פראצענט, קומט אויס אז א וואך שפעטער באשרייבט מען אין אלע צייטונגען די געוואלדיגע דערגרייכונג מיטן פארטיילן איבער פינעף הונדערט קיופאנס פאר אלע אונזערע איינעגשטעלטע מיטן הילף פון הנגיד ר' ----------------- הי"ו.

נא איז דאס זייער גוט איא?,

אבער פון די אנדערע זייט איז די מטבע גאר שוואר אין פיינפול, לאמיר נעמען פאר א דוגמה א פרויען קליידער סטאר, די ארג, טרעפט א באקאנטע וואס איז נאנט מיט די בעל הבית פון די געשפעט, און בינגא! זיי האבן זוכה געווען צו די %30 קיופאנס, פאר די סטאר אייגענטומער לוינט זיך דאס, ער ריקט ארויף די פרייזן פון זיין סטאר, ער געבט זיי פאלטשע פיפצן פארצענט ווען באמת איז דאס גארנישט מיט נישט, ער באקומט נאך געלט פארדעם פון די נגיד, און איבער פינעף הונדערט איינגעשטעלטע קומען צו לויפן פאר א סעזאן אוסליידיגן זיין סטאר.

וואס טוט זיך מיט די מיטל קלאס וואס באקומט נישט די אלע דיסקאונטס? ער צאלט ביטערליכע פרייזן וואס איז געווארן ארויפגעשרויפט מיט דעי אלע דיסקאונטס, תוצאות? שרעקליכע פרייזן וואס דער עולם קען נעבעך נישט דערהייבן.

נאך א געדאנק, וואס טוט זיך מיט די אנדערע סטאר און די זעלבע אינדוסטריע??

ביי זיי איז חושך, די דאזיגע פינעף הונדערט איינקויפער האבן זיך געברויכט צו טיילן צווישן אלע סטארס פאר די פסח סעזאן, אבער זענען נאר געקומען צו איינעם.

די דאזיגע פינעף הונדערט שאפערס זענען משפחה מיטגלידער, און זיי רעפערן נאך גוטע פריינד צו די זעלבע סטאר וואס האט זיי געגעבן פאלטשע 30 פארצענט קיופאנס.

די איבריגע שטאט קען און ברויכט גיין בארן קלאפן, זיי צאלן מער וויפל עס איז באמת די ווערד פונעם אייטעם, און מ'העלפט בפועל אפאר סטארס וואס האבן היימישע ארבייטערס צו ברויכן טראכטן דריי מאל אפשר לוינט זיך נישט דאס גאנצע געשפעט ווען ערב א סעזאן זענען נאר די סטאר וואס האבן פארטיילט קויפאנ'ס פול מיט קליענטן.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

איז עס באמת אזוי?
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

פידזשאמעס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:44 pm
איז עס באמת אזוי?
אוודאי
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

ניין.
ווייל די סטארס וואס געבן נישט די קיאפאנס זענען נישט ביליגער.
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

איך מיין אז סווענט זיך וואספארא קיופאנס.

די 10% אףף קען טאקע זיין אז זיי ריקען ארויף די פרייזען א טראפ.
און אפשר פון דעים ליידט די וואס באקומען נישט די קיופאנס

די גרעסערע 20 30 % קיופאנס זענען באמת וואס די געשעפטן ציפען אראפ פון זייער פראפיט.
און פון דעים פארלירט קיינער נישט.

און נאכדעים איז דא די ריזיגע דיסקאונטס ווי 50% אראפ "פארדינט" גאר די מיטל קלאס אויך.

ועיין וואס האט זיך אפגעטון און וו"ב יעצט פאר פסח ווען א גרויסע עולם האט באקומען50% אראפ ביי בינגאו און מיטאמאל האבן די פרייזען און די לאקאל סטאורס אנגעפאנגען טראסקען! ריזיגע דיסקאונטס און אפי ביליגער ווי בינגאו אויף געוויסע אייטעמס. און פון דעים האט יעדער נהנה געווען(חוץ די סטאורס וואס האבן בע"כ געמיזט אראפגיין מיט די פרייז)
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

רבן גמליאל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:20 pm

איך האב מיך נישט באצויגן צו גראסערי'ס, העיקר זענען די merchandise/clothing stores.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:02 pm
פידזשאמעס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:44 pm
איז עס באמת אזוי?
ניין.
ווייל די סטארס וואס געבן נישט די קיאפאנס זענען נישט ביליגער.
נעם א עקזעמפל א bit jumper, אסאך פרויען גייען דערמיט אינדערהיים וכו', פרייזן זענען היי יאר געווען בערך $250.00 פאר די קיופאנ'ס עקאנאמיע איז דאס געווען בערך $120.00, אלע סטאר'ס בעטן די פרייז, למממממההההההה??

א. וויין
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 5:48 pm

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. וויין »

!!!Look at the GB - G&G and other clothing stores prices, $220 - $240 for a tish bekitshe AFTER 25% discount
Crazy is not the word.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

בארואיגט-אייך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:47 pm
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:02 pm
פידזשאמעס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:44 pm
איז עס באמת אזוי?
ניין.
ווייל די סטארס וואס געבן נישט די קיאפאנס זענען נישט ביליגער.
נעם א עקזעמפל א bit jumper, אסאך פרויען גייען דערמיט אינדערהיים וכו', פרייזן זענען היי יאר געווען בערך $250.00 פאר די קיופאנ'ס עקאנאמיע איז דאס געווען בערך $120.00, אלע סטאר'ס בעטן די פרייז, למממממההההההה??
סטארס פון קליידער בעטן געווענדליך כמעט די זעלבע פרייזן, אנדערש ווי ביי גראסריס.
סאיז דא א מארקאפ וויפיל מלייגט ארויף און כמעט יעדער בעט די זעלבע.
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

צ"ק ניין! עס הרגעט די אקנאמי פינקט ווי פאד סטעמפס, די פראגע איז וואס דען זאל מען טוהן? גארנישט גיבן פאר די וואס האבן נישט?
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:29 pm
צ"ק ניין! עס הרגעט די אקנאמי פינקט ווי פאד סטעמפס, די פראגע איז וואס דען זאל מען טוהן? גארנישט גיבן פאר די וואס האבן נישט?
עס הרגעט די עקאנאמיע ווייל נישט יעדע סטאר קען געניסן פון די קיופאנ'ס....
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

2 פאקטן וואס לויט מיין אינפארמאציע איז נישט ריכטיג
1 אז יעדער וואס האט 30% גיבט 15%
2 אז געשעפטן גייען וועגן דעם ארויף מיט די פרייז
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוטע פונקט פון די פותח האשכול.

די גוטע געפיהל וואס מענטשען באקומען ביים שפארען געלט אפילו עס איז פאלש איז נישט אוועק צו מאכען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

גוטע וואך, צירוק באקומען גאר אסאך פידבעק, ב'ה.

יעצט מוצאי שבת קענט איר שפארן א געוואלד מיט געלט ביים טראגן די רעבעצין שאפינג צו סטאר'ס וואס האבן נישט געגעבן קיין קיופאנ'ס.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
הויז בחור
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 12, 2019 12:06 am

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז בחור »

א. וויין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:03 pm
!!!Look at the GB - G&G and other clothing stores prices, $220 - $240 for a tish bekitshe AFTER 25% discount
Crazy is not the word.
$220 is the price without any discount
איך בין נישט קיין הויז און נישט קיין בחור, עס איז סתם א אייוועלט ניק
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אונזער היימישע קיופאנ'ס עקאנאמיע, גוט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ליגט מיר אין קאפ פון עפעס א דיין אז טון אזעלכע שטיקעס ווי ארויפרוקן פרייזן כדי איינצורעדן דעם עולם אז מען שפארט זיך געלט איז א איסור דאורייתא פון לא תונו, יעדער געשעפט אייגענטומער זאל פרעגן זיין לאקאל דיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”