מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע:פה אשב

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

בסתיק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:59 pm
שרויפן ציער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:53 pm
העלאו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 7:34 pm
אינטערסאנט גאנץ פסח שרייט מען עס איז נישט דא וואס צו עסען
און נאך פסח איז די סקעיל ארויף מיט צען פונט...
אזוי ווי די בעל דרשן וואס האט נישט וואס צו זאגן ווייל ער האט זיך נישט געגרייט אבער ענדיגט למעשה נישט צו רעדן
געווען אמאל א בעל דרשן וואס האט זיך אויפגעהויבן צו רעדן, ער הייבט אן: איך האב זיך נישט צוגעגרייט, און ער רעדט און רעדט, ער הערט נישט אויף צו רעדן,
ווען ער האט צום סןף געענדיגט צו רעדן, גייט צו איינער צו אים און זאגט אים, ס'איז געווען זייער שיין, אבער טו א טובה, און די נעקסטע מאל גרייט זיך יא צו.
נאך א מזל ער האט זיך נישט צוגעגרייט, שטעל דיך פאר ער גרייט זיך יא צי ווילאנג די דרשה וואלט גענומען...
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא (ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)

אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

מענינא דיומא
דערציילט מיר יעצט א פארטאגעפער אז עטליכע יאר צוריק חנוכה צייט רופט אים איינער אן, הייבט ער אויף הערט ער אויפן אנדערן זייט איינער פון די אדמורי''ם (עכ''פ ער וויל זיין), זאגט אים די אדמו''ר אז ער וויל ער זאל אריבערקומען צו אים חנוכה ביים ליכט צינדען און פאראייביגן די מאמענט, זאגט אים די פארטאגעפער, הער מיר אויס כבוד הרב, חנוכה בין איך צו פארנומען מיט אסאך אנדערע פלעצער, אבער וואס מ'קען יא טון איז אז די זאלסט זיך אנטון דיין שטריימעל בעקעטשע און אנגרייטן די מנורה און איך קום יעצט אריבער, וכך הוה דער אדמו''ר האט אראפ געלייגט אן עבודה ווי עס דארף צו זיין, אבער אזוי ערגעץ אינמיטן האט דער אדמו''ר געוואלט ארויסגיין און..... פשטו ידיכם ורגליכם ער האט זיך אויסגעשטרעקט אויפן ערד בפישוט ידיהם ווי עס דארף צו זיין, און באותו שעה איז דער פארטאגעפער געשטאנען און געקנאקט בילדער לרחצה. ווען דער אדמו''ר האט זיך שוין ענדליך אויפגעשטעלט פרעגט ער דעם פארטאגעפער, זאג ביזט אינגאנצן משוגה די גייסט דעס אריינלייגן אין די אויסגאבעס? זאגט אים די פארטאגעפער, ניין, די רבי כאפט נישט דעס יאר בדיקת חמץ איז שוין געדעקט...
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

זאגט מיר יעצט א גוטזאגער אז זיין ווייב האט קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס די מר. קליען הייסט מיסטער קליען און נישט מיסעס, אבער יעצט און די ערב פסח טעג ווען ער איז געזיצן אויפן קאוטש אזוי מיט די הענט איינס אינעם צווייטן אנגעליינטערהייט האט זי שוין אלעס פארשטאנען...
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

א מאן האט געוואלט זיין א גוטער אינדערהיים פרעגט ער זיין בני בית מיט וואס ער קען העלפן, זאגט זי אים אז ווען ער גייט ארויס איז עס די בעסטע הילף וואס ער קען טון, שוין אומר ועושה ער הייבט זיך אויף און גייט ארויס, אבער עס נעמט נישט מער פון צען מינוט און והנה דער איז דא צוריק, פרעגט אים זיין רעבעצין האב איך דיר נישט געזאגט אז אויב ווילסטו מיר העלפן זאלסטו ארויסגיין? זאגט ער יא, אבער וויפיל איז די שיעור פון העלפן....
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

זאגט מיר איינער פארוואס די פרויען זיי דווקה באהאלטן די צען ברעקלעך
ווייל זיי מעגן אויך עפעס העלפן פאר פסח...

יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7458
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:08 pm
זאגט מיר איינער פארוואס די פרויען זיי דווקה באהאלטן די צען ברעקלעך
ווייל זיי מעגן אויך עפעס העלפן פאר פסח...
ס'איז א סגולה אויף שלום בית צו עס נאכזאגן אינדערהיים הויעך.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

עס זעהט מיר אויס ווי די עסקנים נוצן די פאליציי צו העלפן רייניגן ביי זיי אין שטוב לכבוד יום טוב.

יעדן טאג איז דא פרישע בילדער ווי די עסקנים באדאנקען די פאליציי.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:30 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:08 pm
זאגט מיר איינער פארוואס די פרויען זיי דווקה באהאלטן די צען ברעקלעך
ווייל זיי מעגן אויך עפעס העלפן פאר פסח...
ס'איז א סגולה אויף שלום בית צו עס נאכזאגן אינדערהיים הויעך.
יא, ביג טיים!
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פייבל שרגא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:44 pm
עס זעהט מיר אויס ווי די עסקנים נוצן די פאליציי צו העלפן רייניגן ביי זיי אין שטוב לכבוד יום טוב.

יעדן טאג איז דא פרישע בילדער ווי די עסקנים באדאנקען די פאליציי.
אדער נוצן זיי די פאליציי אלץ תירוץ נישט צו דארפן העלפן אינדערהיים..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:30 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:08 pm
זאגט מיר איינער פארוואס די פרויען זיי דווקה באהאלטן די צען ברעקלעך
ווייל זיי מעגן אויך עפעס העלפן פאר פסח...
ס'איז א סגולה אויף שלום בית צו עס נאכזאגן אינדערהיים הויעך.
דאס מיינטעך די גמרא אין בבא מציעא (נט.) 'לעולם יהא אדם זהיר בתבואה בתוך ביתו, שאין מריבה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא על עסקי תבואה'..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

עמיצער זאגט אז סאטמאר וומסב''ג האט אים היי יאר צוגעשטעלט 4 שלמים דורך קהללייף...
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

פארוואס נאכן גנב'נען אפיקומען בעט מען א מתנה?

אויסצולערנען אז נישט נאר מען דארף צוריקגעבן, מען דארף אויך איבער'בעטן...
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

איינער זאגט מיר היינט אין שול אז זיין ווייב גייט אראפ פון זינען זי האט שוין נישט וואס פסח צו מאכן...
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

ויאזוי הייסט שבת נאך פסח שבת געלע מצות
ויאזוי הייסט שבת פאר פסח ?
שבת געלעה טלית...

וויל די נייע איז ביים קלינערס

דרעזנער שמעלצער
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

די ערשטע שאלה וואס איך האב באקומען שבת צופרי אין שול איז געווען.

"נא, וויאזוי איז געווען די כזיתים נעכטן?"

אין די האלוועי אין א סענדוויטש בעג
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

דאקטער: פארוואס ביסטי געקומען?

פאציענט: איך לייד אויף שכחה...

דאקטער: ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

פאציענט: אנגעהויבן וואס???
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...

ס'איז שוואכע דורות שיק אריין א 👍, די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין,
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פידזשאמעס האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 9:58 pm
די ערשטע שאלה וואס איך האב באקומען שבת צופרי אין שול איז געווען.

"נא, וויאזוי איז געווען די כזיתים נעכטן?"

אין די האלוועי אין א סענדוויטש בעג
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...

ס'איז שוואכע דורות שיק אריין א 👍, די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין,
סושי איז דייטעטיק
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:36 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סושי איז דייטעטיק »

און א הויז ווי די שלום בית איזי נישט געווען אזוי איי איי איי, ווען די מאן האט געענדיגט בודק חמץ זיין ריפט ער זיך אן " אלע חמץ האב איך שוין ארויס געטראגן חוץ די וואס די ביסט איין גרויסע שטיק חמץ קען איך מיך נישט קיין עצה געבן" זאגט די ווייב "דארפסט נישט זיין באזארגט מיין טאטע האט מיך שוין פארקויפט יארן צירוק פאר א גוי"
אויסגעהיילט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

פידזשאמעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:25 am
עפעס א שטאקיגער שוואנץ האט זיך אריין געכאפט בהאלטערנערהייט אינעם רבי’נס חדר פנימי און זיך פארשטעקט אין א קלאזעט, ער האט געווארט צו זען וואס די רבי טוט ווען עס ענדיגט זיך די גרויסע עבודות פון קבלת קהל

ער האט ארויסגעקוט פון א קליין לעכל און ער זעט ווי דער רבי טוט אויס זיין הוט און בעקיטשע, עפענט אויף דעם פאסיק אביסעלע, און ציילט אפ דאס געלט פון אלע פדיונות...

אינמיטן האט זיך דער שוואנץ בטעות געגעבן א ריק און די טיר האט זיך געגעבן אן עפען אויף...

דער איז רויט געווארן און די רבי איז בלאס געווארן...

די רבי פרעגט אים: חיים וואס איז דאס?!?!

האט ער געענטפערט: רבי, תורה הוא, וללמוד אני צריך...
איך קען נישט דיינע רבי'ס.
איך קען נישט זייערע הנהגה.

אבער דאס ליצנות פון רבי'ס מעג זיך אויפהערן.

דאס זאל מען ווייטער לאזן פאר די משכילים, וואס מאז ומעולם געווען זייער מומחיות .

פאר די וואס האבן אזעלכע סארט רבי'ס, זאלן ממשיך זיין מיט די ליצנות, ביי זיי אין קהילה דווקא.

לאז כלל ישראל מיט זייערע מנהיגים.
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

סושי איז דייטעטיק האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:59 pm
און א הויז ווי די שלום בית איזי נישט געווען אזוי איי איי איי, ווען די מאן האט געענדיגט בודק חמץ זיין ריפט ער זיך אן " אלע חמץ האב איך שוין ארויס געטראגן חוץ די וואס די ביסט איין גרויסע שטיק חמץ קען איך מיך נישט קיין עצה געבן" זאגט די ווייב "דארפסט נישט זיין באזארגט מיין טאטע האט מיך שוין פארקויפט יארן צירוק פאר א גוי"
ענליך
א באוואוסטע מעשה מיט איינע פון די גדולי ישראל (דער הורנסטייפעלער), וואס האט געשיכורט פורים און ווען די רעבעצין האט געוויינט האט ער געפרעגט וואס איז דיין טאטע האט דיר פארקויפט פאר א שיכור
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

דער הייליגער צאנזער רב האט געשיקט וויין פארן איידעם דער הייליגער הורנסטייפלער, און די וויין איז געווארן עסיג.
האט דער הורנסטייפלער גאון געזאגט פאר פאר זיין רעבעצין "וואס ס'קומט פון דיין טאטע איז פארדארבן"
האט זי געענטפערט (זי איז געווען א באוואוסטע חכמה), ס'איז דען מיין טאטע'ס וויין? ער מאכט דען וויין? דאס איז געקויפטע וויין, וואס מיין טאטע קויפט איז פארדארבן...
איך מיין קיינעם
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:55 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין קיינעם »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:11 pm
פידזשאמעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:25 am
עפעס א שטאקיגער שוואנץ האט זיך אריין געכאפט בהאלטערנערהייט אינעם רבי’נס חדר פנימי און זיך פארשטעקט אין א קלאזעט, ער האט געווארט צו זען וואס די רבי טוט ווען עס ענדיגט זיך די גרויסע עבודות פון קבלת קהל

ער האט ארויסגעקוט פון א קליין לעכל און ער זעט ווי דער רבי טוט אויס זיין הוט און בעקיטשע, עפענט אויף דעם פאסיק אביסעלע, און ציילט אפ דאס געלט פון אלע פדיונות...

אינמיטן האט זיך דער שוואנץ בטעות געגעבן א ריק און די טיר האט זיך געגעבן אן עפען אויף...

דער איז רויט געווארן און די רבי איז בלאס געווארן...

די רבי פרעגט אים: חיים וואס איז דאס?!?!

האט ער געענטפערט: רבי, תורה הוא, וללמוד אני צריך...
איך קען נישט דיינע רבי'ס.
איך קען נישט זייערע הנהגה.

אבער דאס ליצנות פון רבי'ס מעג זיך אויפהערן.

דאס זאל מען ווייטער לאזן פאר די משכילים, וואס מאז ומעולם געווען זייער מומחיות .

פאר די וואס האבן אזעלכע סארט רבי'ס, זאלן ממשיך זיין מיט די ליצנות, ביי זיי אין קהילה דווקא.

לאז כלל ישראל מיט זייערע מנהיגים.
מיט א רואיגקייט………….
איך קען אמאל שרייען אבער איך מיין עכט נישט קיינעם!!!!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

איך מיין קיינעם האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:37 pm
לויב האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:39 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:22 am
אין סלאנים פארציילט מען אזא מעשה'לע, אין א שטעטל אינדערהיים האבן געוואוינט צוויי חשובע אידן א חסיד און א מתנגד, ביידע פון זיי האבן געמאכט גאר א דערהויבענע און ערנסטע הכנה אויף יו"ט, געלערנט גאנץ הל' פסח, און נזהר געווען פון יעדע חשש חמץ, ס'געקומען ליל הסדר און דער מתנגד גייט און עפנט די טיר ביי שפוך חמתך, דערזעהט ער ביים טיר שטייט א אלטער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, זיין פנים שיינט ווי די זון, ער ווערט מוראדיג נתרגש, מוז זיין אז פון הימל האט מען געזעהן זיין גרויסע עבודה וויאזוי ער האט זיך מכין געווען אויף יו"ט, און מ'האט אים מזכה געווען נישט מער נישט ווייניגער נאר מיט 'גלוי אליהו', ער געבט אים שלום און דער אלטער איד געבט אים צוריק שלום ונפרדו לשלום...
ווידער דער חסיד ס'קומט שפוך חמתך ער גייט צום טיר און זעהט דארט שטייט א אלטער מיט א ווייסע לאנגע בארד, הייבט ער אהן צו שרייען אויף אים 'דו גנב איינער, שעמסט דיר נישט?!.. האסט געמיינט ווייל היינט ביינאכט איז די טיר אפען וועט דיר געלונגען זיך איינצוברעכן ביי מיר אינדערהיים?... ווער אנטרונען פון דאנעט, אבער שוין'!!...
והמבין יבין
קען איינער מסביר זיין
די מתנגד האט זיך געפילט מורא׳דיג גוט מיט דעם אז ער האט געהאט גילוי אליהו
די חסיד האט פארשטאנען אז דאס איז די ייצר הרע וואס לייגט אים א פאסטקע צו באקומען אביסעלע ישות
גנבים מיט ווייסע בערד פלעגן גיין באגאנבענען די תמימות'דיגע שטעטל'שע אידן (שוין געליינט אפאר מעשיות) דער מתנגד איז געבליבן אן די זילבערנע זאכן אויפן סדר טיש משא"כ דער חסיד.....
איך מיין קיינעם
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:55 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך מיין קיינעם »

יודיש בלעטל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:49 am

איך הער
אבער ער פאנגט אן זיין מעשה אז אין סלאנים פלעגט מען פארציילען……. סאו איך שטעל מיך פאר אז מען האט דארט פארציילט מעשיות אין עבודת השם
איך קען אמאל שרייען אבער איך מיין עכט נישט קיינעם!!!!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

איך מיין קיינעם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:52 am
יודיש בלעטל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:49 am
איך מיין קיינעם האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:37 pm
לויב האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:39 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:22 am
אין סלאנים פארציילט מען אזא מעשה'לע, אין א שטעטל אינדערהיים האבן געוואוינט צוויי חשובע אידן א חסיד און א מתנגד, ביידע פון זיי האבן געמאכט גאר א דערהויבענע און ערנסטע הכנה אויף יו"ט, געלערנט גאנץ הל' פסח, און נזהר געווען פון יעדע חשש חמץ, ס'געקומען ליל הסדר און דער מתנגד גייט און עפנט די טיר ביי שפוך חמתך, דערזעהט ער ביים טיר שטייט א אלטער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, זיין פנים שיינט ווי די זון, ער ווערט מוראדיג נתרגש, מוז זיין אז פון הימל האט מען געזעהן זיין גרויסע עבודה וויאזוי ער האט זיך מכין געווען אויף יו"ט, און מ'האט אים מזכה געווען נישט מער נישט ווייניגער נאר מיט 'גלוי אליהו', ער געבט אים שלום און דער אלטער איד געבט אים צוריק שלום ונפרדו לשלום...
ווידער דער חסיד ס'קומט שפוך חמתך ער גייט צום טיר און זעהט דארט שטייט א אלטער מיט א ווייסע לאנגע בארד, הייבט ער אהן צו שרייען אויף אים 'דו גנב איינער, שעמסט דיר נישט?!.. האסט געמיינט ווייל היינט ביינאכט איז די טיר אפען וועט דיר געלונגען זיך איינצוברעכן ביי מיר אינדערהיים?... ווער אנטרונען פון דאנעט, אבער שוין'!!...
והמבין יבין
קען איינער מסביר זיין
די מתנגד האט זיך געפילט מורא׳דיג גוט מיט דעם אז ער האט געהאט גילוי אליהו
די חסיד האט פארשטאנען אז דאס איז די ייצר הרע וואס לייגט אים א פאסטקע צו באקומען אביסעלע ישות
גנבים מיט ווייסע בערד פלעגן גיין באגאנבענען די תמימות'דיגע שטעטל'שע אידן (שוין געליינט אפאר מעשיות) דער מתנגד איז געבליבן אן די זילבערנע זאכן אויפן סדר טיש משא"כ דער חסיד.....
איך הער
אבער ער פאנגט אן זיין מעשה אז אין סלאנים פלעגט מען פארציילען……. סאו איך שטעל מיך פאר אז מען האט דארט פארציילט מעשיות אין עבודת השם
נא זעט מען! דער מתנגד האט זיך איינגערעדט אז ער האט גרויסע השגות, און דאס וויל מען ארויסברענגען! רעד דיך נישט איין! פלי נישט אין די הימלען!
בד"וו איך האב זיך געדרייט אין סלאנים פאר אזא 3 יאר.......
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”