פלאן מיר צו פליען מיט עטליכע קינדערליך אי"ה נאך פסח, אבער עס איז נישטא קיין 6 זיצן צוזאמען נאר אויב איך צאהל צו. איך האלט נישט ביים צוצאהלן נאך $600 פאר די זיצן.
איך פארשטיי אז למעשה וועלן זיי עסיינען זיצן אזוי אז יעדע קינד זאל זיצן מיט אן עדאלט. אבער אזוי ווי איך טרעוול אויך מיט אן אינפענט אויף לעפ, וויל איך זייער זיצן צוזאמען מיט די ב"ב. און בכלל איז געשמאקער צו זיצן די גאנצע משפחה צוזאמען כמובן.
ריק פעריהאט געשריבן:↑מאנטאג מארטש 18, 2024 10:15 am

שוין געפלויגן מיט די קינדער עטליכע מאל, אין מיין אפיניאן איז עס נאך גרינגער ווי פארן מיט די קאר פאר עטליכע סיבות 1) די קינדער זענען פארנומען ארויסקוקן פון די פענסטער זייער אסאך, היות ס'איז גאר א אינטערעסאנטע עקספיריענס
2) דער טאטע איז נישט פארנומען דרייוון, ער איז א פולע שותף מיטן זיך אפגעבן מיט די קינדער, נישט בלויז צו שרייען פון די דרייווערס זיץ
3) די קינדער זיצן נישט צו דריקט ווי אין א קאר, מ'זיצט ברייט און באקוועם, זייער אסאך מאל איז דא היבש ליידיגע זיצן, א לוקסוס וואס די האסט נישט אין די אייגענע קאר
בנוגע זיצן צוזאמען, איך האב קיינמאל נישט באצאלט צו זיצן צוזאמען, די עירליין וועט קיינמאל נישט לאזן קינדער זיצן אליינס, העכסטנס וועלן זיי אפטיילן די טאטע מיט עטליכע קינדער פון די מאמע מיט עטליכע, וואס איז בכלל נישט עק וועלט, די טאטע נעמט די בנים מיטן טאדלער און די מאמע די מיידלעך מיט די בעיבי לאמיר אזוי זאגן, איינמאל די פליגער איז אין די לופט און ס'איז דא פלאץ שטעלט זיך די משפחה צוזאם, און אפילו אויב נישט איז בכלל נישט געפערליך, ס'האלט בלויז רוהיגער די מצב.
פארשטייט זיך אז ס'איז ראטזאם צו מיטנעמען זאכן צו האלטן די חברה פארנומען, פונקט ווי יעדע אנדערע נסיעה.
איך פלעג פרובירן צו פארן מיט די קאר ווען אימער, אפילו צו ווייטע פלעצער ווייל איך האב געציטערט פון די פליגער עקספיריענס מיט א גאנצע משפחה, ווי פעקלעך שלעפן, סעקיוריטי דורכגיין, פליגער איבערדרייען, אבער איינמאל איך האב אנגעהויבן פליען מיט זיי, און געזען אז ס'איז פול לייכטער ווי געמיינט, און וואס א הנאה די קינדער האבן דערפון, קוקט אויס ווי מיר בלייבן מיט די פליגער אפציע.
מיטנעמען די קינדער דא דארט איז זייער רעקאמענדירט, עס מאכט גאר געשמאקע מעמאריעס פאר יעדן, נאך יעדע טריפ פרובירן מיר צו מאכן א ביכל פון די בילדער, די קינדער הערן עס נישט אויף קוקן און דערמאנען זיך די לעכטיגע פעמילי טיים.
איין וויכטיגע עצה: לאז די סטרעס אינדערהיים, און פּאק קלוג, נעם נישט מיט די גאנצע הויז, עס וועט דער קאסטן א געוואלד און בלויז מאכן שווער די עקספיריענס, וואס די קענסט, קויף לאקאל דארט ווי די גייסט (פארשטייצעך נאר נאכן זיך באקוועם מאכן אין די אכסניא... פארגעס נישט, ארויסגיין שאפינג אין א אנדערע שטאט/לאנד איז אויך א אינטערעסאנטע עקספיריענס פאר זיי)
ריק פעריהאט געשריבן:↑מאנטאג מארטש 18, 2024 10:15 am
פלאן מיר צו פליען מיט עטליכע קינדערליך אי"ה נאך פסח, אבער עס איז נישטא קיין 6 זיצן צוזאמען נאר אויב איך צאהל צו. איך האלט נישט ביים צוצאהלן נאך $600 פאר די זיצן.
איך פארשטיי אז למעשהוועלן זיי עסיינען זיצן אזוי אז יעדע קינד זאל זיצן מיט אן עדאלט. אבער אזוי ווי איך טרעוול אויך מיט אן אינפענט אויף לעפ, וויל איך זייער זיצן צוזאמען מיט די ב"ב. און בכלל איז געשמאקער צו זיצן די גאנצע משפחה צוזאמען כמובן.