אין די מנינים איז דא צוויי מיני מענטשן איינער וואס האט אלעמאל די וועלטס צייט און יאגט זיך נישט אין ערגעץ די צווייטע מין מענטש איז איינער וואס יאגט זיך אייביג אבער ער קומט נעבעך נישט אן ..
סא די צווייטע מין מענטש גייט זיך טאקע שפעטער זייער יאגן..
א גוטן מועד, די ערשטע טאג יום טוב אינדערפרי איז א אינגערמאן אריבער אן אפאראציע צו מנדב זיין א חלק פון זיין לעבער פאר זיין טאטן, וויבאלד אזעלכע סארט פראצעדורן זענען זייער קריטיש במילא האט מען נישט געקענט ווארטן קיין איבריגע צייט און די אינגערמאן האט נאכן ערשטן סדר זיך ארויסגעלאזט אין שפיטאל צו טון די געוואלדיגע און זעלטענע מצוה. כבד את אביך
איך האף אז די אייוועלט הנהלה פלאנט צו נעמען גאר שטרענגע שריט אקעגן די היימישע צייטונג וואס האט פובליצירט בילדער פון אונזער גאר באליבטע ניק@את פתח לו...
די סיבה פארוואס איך האב אייך נישט געזאגט שכח נאכן דאווענען... איז נישט ווייל כ’האב פארגעסן... ס’איז פלעין ווייל כ’האב נישט הנאה געהאט פון דיין דאווענען... דיין קול האט געגריצלט און די ניגונים האבן פשוט נישט געשטימט...