איין תגובה!
מורי ורבותי
דא שרייבט צו ענק א עלטערע בחור, איך וואוין אין קרית יואל, און עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל עפענען א ניק, אבער היינט לייננדיג אין די אשכול פון קרית יואל וועגן די ענין פון גויאישע קאר סערוויס, האב איך באשלאסן צו נעמען דרייסטקייט און דערציילן דא מיין פאסירונג, דברים כהווייתן, אפילו איך האב מורא מען גייט געוואר ווערן ווער איך בין, אבער דעי מעשה מוז ווערן ארויסגעברענגט בשער בת רבים, זאל יעדער וויסן וואס פאסירט מיט א אויבער חכם.
עד כאן ההקדמה.
איך בין ווייט פון א פרומע כאניאקישער בחור, אבער איך דריי מיך געווענליך מיט וואוילע ערליכע בחורים, און אייביג האב איך געהערט אז סדא א פראבלעם צו פארן מיט די גויאישע טעקסיס וועגן זיי זענען נישט ארנטליך וכדומה... בקיצור, איך האב אין מיין וויסטן חלום נישט געחלומט וואו דעיס גייט מיר טראגן, אבער איך פלעג יא ניצן די יודישע, ווייל מיין טאטע באצאלט מיך סייווי, אבער איינמאל (בערך 2 יאר צוריק) אין א פרייטאג נאכמיטאג נאך ישיבה, טאקע יענע צייט וואס קיינער איז נישט אוועילעבעל נאר די גויאישע, האב איך געקאלט א גוי וואס איז זייער א באקאנטע טעקסי דא אין שטעטל, און מען הייבט אן פארן און איך אלץ מוראדיג א נייגעריגע בחור (אפשר א דאפעלטע לשון) האב איך באמערקט וואס ער טשעט מיט איינעם אויף זיין טעלעפאן, וואס יעדער פארשטייט אז דא קען איך נישט שרייבן ודי למבינים. און איך פון גרויס נייגער וואס האט מיך געפלאקערט, האב אים געבעטן ער זאל מיר ווייזן זיין טעלעפאון, און ברוב טובו.. האט ער מיך איבערגעגעבן דעם כלי משחית און אנגעצינדן ווידיאויס צוזאמען מיט מיין יצר הרע!!!!
וויפיל איך האב מיך געמיטשעט נאכדעם און צו וויפיל טעראפי איך האב געדארפט ארומוואנדערן קען איך נישט שילדערן!
יעצט ווען איך קוק צוריק אויף יענע מעשה, און איך זיץ במסתרים תבכה נפשי, און איך דערמאן מיך אז די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט שלא בכוונה תחילה (??) אנגעהויבן קוקן אפענערהייט זייער נישט איידעלע בילדער, און אטאמאטיש בין איך געווארן נאכגעשלעפט, און מה יעשה הבן שלא יחטה?
וועק דיך פליז אויף פון א מעשה וואס איך בין דורך, און זיי נישט קיין צועק לשעבר חס וחלילה! איך וויל נישט טראכטן אויב חס ושלום אזא זאך וועט נאכאמאל געשעהן, גאט זאל אפהיטן!
(און איך וויל בעטן אויב איינער קען לייגן א לינק פון דעי תגובה ביי קרית יואל אשכול ווייל דארט קען איך נישט שרייבן)
החותם בכאב נורא ובבכיה
1 תגובה.