Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?
לענינינו, קען איך ב"ה אויך זאגן ווי פאלגענד:
יעדער האט א פלאן אין קאפ ווי אזוי ער וויל זיין סדר זאל אויסזעהן. קומען די קינדער (און די אייניקלעך קע"ה) און זיי האבן אנדערע חשבונות אין קאפ. זיי ווילן ארומלאכן און גיסן גרעיפ דזשוס, עסן די שולחן עורך אייער אינמיטן פיקודא בתר דא, און בעטן א באטי אינמיטן פרעגן מה נשתנה אדער גאר ווען דער טאטע פארציילט סיפור יצי"מ און ער וויל עס זאל זיין שטיל... איז די עבודה אנצונעמען, על כל גל וגל נענתי ראש, רבש"ע דו ווילסט אזוי? איז זיכער אזוי גוט... בטל רצונך מפני רצונו.. עס איז נישט גרינג, אינווייניג וויל מען שפרינגען, אבער מען זיצט רואיג מיט'ן שמייכל, דאס איז די שענסטע סדר, און ביי נרצה קען ער זאגן זייער הויך אז ער איז באוויליגט פאר'ן אייבערשטן.
די עיקר איז צו געדענקען, ווי בעריש'ל האט פריער געזאגט, אז מען פירט דעם סדר פאר די קינדער.מרנן ורבנן האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 19, 2024 12:48 amב"ה, איך פיר די סדר שוין א פיינע פאר יאר און זיך קיינמאל נישט געבייזערט. השי"ת זאל ווייטער העלפן.