יעדע מינוט רינט נאך בלוט
אמאל זיך מאכט
מ'שפירט
צעקראכט
זיך מ'פארלירט
וויינען
לאכן
מיינען
און קייכן
מ'טוט
צוזאם
זעלבן מינוט
אבער אן טעם
גארנישט גייט
ווי מ'וויל
אליין מ'שטייט
שטיל
אין קאפ
קריכט מען
פייכטקייט א טראפ
זוכט מען
אויפגעבן
שוין מ'טראכט
אין לעבן
גענוג געשמאכט
אלץ פארמאגט
א שיעור
ס'לעבן טראגט
מיר
צו ערטער
טיפע
אבער מיט ווערטער
שיפע
כ'פראביר
אפשטילן
ס'הונט אין מיר
וואס טוט בילן
זוכט מיט לעכט
אבער קעניש טרעפן
אמתקייט עכט
די טיר עפן
אינעווייניג
אריין רוף
געשריבן אייניג
גענוג בריוו
ליין זיי
און קוק
מיר פארציי
ווייל ס'שוין גענוג
אפשר ביים דריטן
וועסטו איינזען
וויפיל געליטן
פון וואס ס'געשען
כאטש א פענסטער
מאך אויף
אפילו צום קלענסטער
איך קוק ארויף
אונטן
כ'ווארט
מיט די הונטן
פאר'צער'ט
דו פארשטייסט
מיין פיין
דו ווייסט
וואס וועט זיין
נו וואס טאקע
וויסן כ'וויל טעגליך
א לעבן געשמאקע
איז בכלל מעגליך
דו ביסט דער
וואס קען ארויפטראגן
זעסט דער טרער
וואס מיינע אויגן פארמאגן
כ'פארשטיי דער שטרענגער
מענטאליטעט
ווארט נישט לענגער
ווייל ס'שפעט
שטיגן באצירט
אויף זיי כ'טרעט
מיט בלוט פארשמירט
מיין קליינע ברעט
נאך א מינוט
נישט ווארטן קען מען
נאך איין טראפ בלוט
וועסטו מיר דארפן קומען נעמען.
מ'שפירט
צעקראכט
זיך מ'פארלירט
וויינען
לאכן
מיינען
און קייכן
מ'טוט
צוזאם
זעלבן מינוט
אבער אן טעם
גארנישט גייט
ווי מ'וויל
אליין מ'שטייט
שטיל
אין קאפ
קריכט מען
פייכטקייט א טראפ
זוכט מען
אויפגעבן
שוין מ'טראכט
אין לעבן
גענוג געשמאכט
אלץ פארמאגט
א שיעור
ס'לעבן טראגט
מיר
צו ערטער
טיפע
אבער מיט ווערטער
שיפע
כ'פראביר
אפשטילן
ס'הונט אין מיר
וואס טוט בילן
זוכט מיט לעכט
אבער קעניש טרעפן
אמתקייט עכט
די טיר עפן
אינעווייניג
אריין רוף
געשריבן אייניג
גענוג בריוו
ליין זיי
און קוק
מיר פארציי
ווייל ס'שוין גענוג
אפשר ביים דריטן
וועסטו איינזען
וויפיל געליטן
פון וואס ס'געשען
כאטש א פענסטער
מאך אויף
אפילו צום קלענסטער
איך קוק ארויף
אונטן
כ'ווארט
מיט די הונטן
פאר'צער'ט
דו פארשטייסט
מיין פיין
דו ווייסט
וואס וועט זיין
נו וואס טאקע
וויסן כ'וויל טעגליך
א לעבן געשמאקע
איז בכלל מעגליך
דו ביסט דער
וואס קען ארויפטראגן
זעסט דער טרער
וואס מיינע אויגן פארמאגן
כ'פארשטיי דער שטרענגער
מענטאליטעט
ווארט נישט לענגער
ווייל ס'שפעט
שטיגן באצירט
אויף זיי כ'טרעט
מיט בלוט פארשמירט
מיין קליינע ברעט
נאך א מינוט
נישט ווארטן קען מען
נאך איין טראפ בלוט
וועסטו מיר דארפן קומען נעמען.