די בית אברהם פון סלאנים ער פלעגט זאגען סיי פאר שידוכים און סיי פאר פרנסה ורפאות הגוף אויף די אלע זאכען וואס ס'שטייט קשה אזוי ווי קשה זוגו של אדם כקריעת ים סוף לסיים ולומר כל ספר תהלים בשביעי של פסח "
לפי האמת האב איך מדייק גוועהן אז ס'שטייט אז ער פלעגט עס זאגען פאר בוחרים אין די יארען פון שידוכים אבער לכאורה מיינט ער הוא הדין פאר גירושים ! עיין הגדה באר החיים און ממש אזוי שטייט בנוגע יעדע טאג אויס זאגען גאנץ תהלים און 2 מוראדיגע מעשות האב איך געשריבען און די אשכול חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים
הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א פארציילט אז א עלטערע בחור האט אים געלאזט א מעסדיזש נאך א שיעור אז וויבאלד ס'איז אים נישט געגאנגען קיין שידוך האט ער פערבירט כל מיני אינטערסאנטע סגולות אויבער איז נאך אלס נישט קיין חתן געווארען . האט ער אויפגעהערט מיט די סגולות אין האט פשוט זיך גענומען זאגען תהלים .ביז א פאר וואכען איז ער א חתן געווארען
הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארציילט יאהרען צוריק ווען ער איז ארויס פון א ברית האט א איד וואס איך האב אים געקנט פון פריער מיט די שמונה בגדים ווי עס פאסט פאר יר"ש אין א גאנצע משפחה חשובע לעכטיגע קינדער זרע ברך השם מיר צוגעקומען אין זאגט איר ווייסט מיין היסטוריה איך בעהט זייט עס מפרסם .יענע נאכט האב איך געהאט א בר מצוה אין איך האב פארציילט די מעשה לויט יענעם'ס רצון דער יונגערמאן איז געבוירען אין א צובראכנע שטוב ווי ס'גוועהן עטליכע חולי נפש ל"ע אין ער איז געווארען עלטער אין עלטער אין ס'גייט אים נישט קיין שידוך אין נישט נאר דעס ס'נאך ארויס א לעז אויף אויף אים אין ער איז געווארען כמעט אין גאנצען מיואש פון טרעפון זיין שידוך איין טאג ווען ס'ווייטאגט אים די מצב האט ער מקבל גוועהן צו אויס זאגען תהלים מדי יום ביומו בוז ער ווערט געהאלפען אין אזוי האט ער טאקע געטוהן בקביעות איין טאג הער איך אז ער איז א חתן .ס'נישט דורך קיין סאך צייט אין מ'האט שוין מרנן גוועהן נאך אים אין די שידוך איז בטל געווארען אויב ער האלט זיך ביי זיינס אין איז ממשיך צו זאגען תהלים אין איז עומד די שווערע נסיון אז נאך אזויפיל תהלים צו כאפען אזא קלאפ בוז ער איז געהאלפען געווארען אין האט אויף געשטעלט א בית נאמן בישראל כאחד האדם אין בעהט מ'זאל עס מפרסם זיין צו ווייזען די כח פון זאגען תהלים בקביעות אהן זיך מייאש זיין פירט אויס רבי יעקב מאיר אין תהלים איז דא באהלטען אלע ישעות ווי מוהרנ"ת זאגט אז תהלים איז שייך אויך לגרוע שבגרועים אפילו ברחניות אין אויב מ'נעמט זיך צום תהלים אין מהאלט זיך אין מ'לאזט נישט נאך עפענט זיך אויף אלע מעיינות הישועה ויעלה על המסילה העולה בית קל