Re: עסקנים!!! ריינע"רע" אינטערנעט?
.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אפענע געפילן האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:09 pm
סקווערער רבי שליט"א זאגט דאס כסדר פאר פאליטיקאנטן, ער האט דאס שוין געזאגט פאר על גאור מיט כמעט 25 יאר צוריק ווען ער איז געקומען קיין שיכון סקווירא, ווען ער האט גע'טענה'ט אז מ'קען נישט קאנטראלירן שמוץ צוליב די ערשטע אמענדמענט, האט סקווערער רבי ארויסגעברענגט די פארגלייך צו א פובליק העלט קריזיס וואס דאן וועט די CDC וכדו' נעמען שריט דאס צו באקעמפן אפילו עס קען אויסזעהן ווי ס'שטימט נישט מיט די די ערשטע אמענדמענט. און ער האט דאס גוט פארשטאנען.
פונקט ווי די געזעץ פון קויפן ניקאטין אנ-ליין אונטער 21? אויב יא איז דאס נישט מער ווי א שמאטע, מען ברויך דאך נישט אריינלייגן די ס"ס ציפער, וויאזוי וועלן זיי וויסן אז מען איז מינדעריעריג?
חד גדיא חד גדיא...
די סופרים קאורט איז איצט איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אינעם קומענדיגן טערמיןהכל הבל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:59 pmדאס מיינט אז לויטן געריכט איז די סטעיט געזעץ נישט אויסגעהאלטןבאנוצער 15,000 האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:41 pmדאס מיינט אז?הכל הבל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:22 pmפעדעראלע דיסטריקט ריכטער דוד עזרא (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען צו האוואאי און שפעטער דעזיגנירט דורך הויפט סופרים קאורט ריכטער דשאן ראבערטס צו דעקן אויך טיילן פון טעקסאס צו העלפן איבערקומען די איבערגעפולטע סקעדזשועל פון ארטיגע ריכטער) האט נארוואס געאורטיילט אז די טעקסאס געזעץ פארלעצט די ערשטע אמענדמענט
עס דארף ווערן אונטערגעשטראכן עפעס וואס איך האב נאכנישט אויסגעשמועסט בעפאר אז אפילו אין יוטא וואו א ריכטער האט יא ארויסגעווארפן די קלאגע אקעגן די ארטיגע געזעץ איז עס נישט געווען אן אורטייל אז אזא סארט געזעץ איז אין איינקלאנג מיט די ערשטע אמענדמענט
אין יוטא האט די סטעיט זיך באנוצט מיט אן אינטערסאנטן טאקטיק וועלכע ווערט לעצטנס מער באנוצט און עס ווערט אנגערופן די באונטי געזעץ
געווענליך ווען א יוריסדיקציע באשטעטיגט א געזעץ וואס באטרעפט שווער מענטשן אדער פירמעס איז פארהאן צוויי סארט קלאגעס וואס מען קען ברענגן
איינס איז צו ווארטן ביז די סטעיט אינפארסירט די געזעץ און דו ווערסט אפעקטירט און קענסט מאכן א קעיס אז עס איז נישט אויסגעהאלטן
די צווייטע איז עס צו נעמען זאפארט אין געריכט און פארלאנגען אז די סטעיט זאל ניטאמאל האבן קיין שאנס עס צו אינפארסירן
סטעיט'ס האבן אבער אן אפציע אז ביים שרייבן די געזעץ שטעלט מען אריין א קלארשטעלונג אז אנשטאט וואס די סטעיט אויטאריטעטן זאלן אויף די אייגענע האנט אינפארסירן די געזעץ גיבן זיי איבער די לייצעס צו די ציווילע איינוואוינער וועלכע ווילן אז די געזעץ זאל זיין אין קראפט און זיי ווערן באפולמעכטיגט צו קענען ברענגן קלאגעס אקעגן די וועלכע פארלעצן עס און אויב זענען זיי סוקסעספול טוט זיי די סטעיט באלוינען פאר זייער ארבעט
דאס ווערט אנגערופן די באונטי געזעץ און דאס איז גענוי וואס יוטא האט געטוהן (טעקסאס האט געטוהן די זעלבע ביים באשטעטיגן זייער אנטי רציחה געזעץ)
די אויפטוה פון דעם איז וואס מען האט טאקע געזעהן ווען די פירמעס האבן פרובירט צו קלאגן די סטעיט פון פאראויס אז מען זאל נישט מעגן אינפארסירן די געזץ אבער דער ריכטער אין יוטא האט ארויסגעווארפן די קעיס שרייבנדיג אז ער האט נישט וועמען'ס הענט צו בונדן זינט די סטעיט אטוירני דזשענעראל קען סייווי קיינעם נישט קלאגן און דער אייניצגסטער וועלכע וועט קענען שלעפן די פירמעס אין געריכט אויף פארלעצונגען זענען ציווילע איינוואוינער וואס מען ווייסט נאכנישט איצט ווער עס וועט עס זוכן צו טוהן און דעריבער איז נאכנישט דא קיין נידון מיט וועם צו האנדלען
דאס באדייט אז אז די איינציגסטע אפציע (אויסער אפעלירן אזא ארדער) וואס בלייבט איבער פאר די סטעיט איז צו פרובירן צו פארלעצן די געזעץ און ווארטן ביז עימיצער שלעפט זיי אין געריכט
אנדערש איז אבער געווען אין טעקסאס וואו דאסמאל האבן זיי זיך נישט באנוצט מיט די באונטי צוגאנג און יא געלאזט אינפארסירונג פארן די סטעיט און דעריבער האט די ריכטער יא געדארפט אדרעסירן די קאנסטיטוציאנאלע פראגע זעלבסט און טאקע בלאקירט די סטעיט פון קענען אינפארסירן די געזעץ