ווילט איר לערנען בוקקיפינג ? דעת איז די תירץ !

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

פאלטשע נאמען
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:25 pm

Re: ווילט איר לערנען בוקקיפינג ? דעת איז די תירץ !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלטשע נאמען »

דערערדליגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 11, 2023 3:37 pm
דיסקלעימער : דאס איז קיין עדד דאס איז פשוט א review פון מיין אייגענעם עקספיריענס. און דאס איז מיט רשות פון א מנהל !

דעת איז שוין ברייט באקאנט מיט אירע עדווענס קורסעס וואס זי שטעלט אהער אויף א אויסטערלישע רייכע פארמאט , איך וואלט מיך געוואלט בעיקר באציען אויף די קורס וואס זיי האבן אויף בוקקיפינג , בוקקיפינג איז א דזשאב וואס אסאך אינגעלייט טוען און ווילן טוען, און עס איז בעצם א מכובדיגע ארבעט וויבאלד רוב בעל בתים ווייסן ניטאמאל וויאזוי צו ענטערן עפעס אין קוויק בוקס און ווער רעדט נאך ווען ער דארף פאררשטיין א ריפארט דאן שפירט זיך די בוקקיפער ממש ווי א מלך ,אבער די פראבלעם איז אז דאס זיך צו לערנען אין קאלידזש קאסט א ווילדע סומע, בנוסף וואס ווי אלע וואס גראדעאירן זאגן אז זיי זענען פון דארט ארויסגעקומען להלכה ולא למעשה און ווען זיי האבן זיך געדארפט זעצן צו די אקטועלע קוויקבוקס זענען זיי געווארן פארלוירן זיכענדיג פאר די דעביטס און קרעדיטס וכו', אלעס איז זייער טעארעטיש און נישט צום טיש [כדרך ה'קאלידזשעס]!

למעשה שטעלט זיך ארויס אז דעת האט געלעיזט דעם פראבלעם , זיי האבן אפירגעברענגט דעם אלעמען באקאנטן רבי אהרן גראסמאן וועלכע איז א קעניג אין די פעלד ,און דער לייגט דאס אראפ עפעס אויסנאם קלאר, איך האב אליינס עקספיריענסט די קורסעס און איך בין עפעס אויסערגעווענלעך פארקויפט געווארן דערפאר , איך בין דיירעקט נישט קיין שנעלע לערנער אבער דא בין איך געווארן איינס , קודם די קלארע שפראך וואס ער ניצט און בכלל איז עס אויסגעשטעלט אזוי גוט און מיט א מורדיגע סדר.

צום ערשט גייט ער דורך די principles of accounting אויף א זעלטענע קלארע שפראך און כמעט ווי יעדע חדר אינגל קען עס פארשטיין און די צייט וואס ער דעקט די טיעפע מושגים פון אקאונטינג , און נאך יעדע שיעור האט ער אזעלעכע טעסטס צו מאכן , למשל נאכן מסבר זיין די financial statements גיבט ער דיר אזאנע SHEETS אהערצושטעלן אליינס די financial statements.

דערנאך נעמט ער זיך מסבר זיין financial statements, ער כאפט אלעס אן ביים נשמה אזוי אז די זאלסט זיין באקוועם מיט סיי וואספארא סאפטוועיר די גייסט נאר ניצן , דערנאך קומט די באקאנטע דעביט און קרעדיט נושא וועלכע קריכט יעדעם אויף די נערוון [בעיקר ווייל מ'פארשטייט נישט וואס עס ליגט דערינטער] און ער גיבט דיר צו פארשטיין פונקטלעך פארוואס יעדע זאך איז געמאכט , און דערנאך דרייט ער זיך אויס צו קוויק בוקס און איך קען זאגן אז ער גייט אדורך די גאנצע פראגרעם אפי' די פרעפערענסעס, און דערנאך קענסטו ארויסבאקומען פון זיי א סערטיפיקיט אז די האסט גענימען די פול קורס, איך קום פון די פרא עדווייסער און לדעתי איז די פרא עדווייסער סערטיפיקעט פון QB א שוואכער סערטיפיקעט פון איינער וואס האט באקומען א סערטיפיקעט פאר די קורסעס [פארשטייט זיך אויב ער טשיעט נישט] !

נאך א מעלה האט די שיעורים , אז רבי אהרן איז שוין א ביזנעס קאנסאלטענט יארן, און ער האלט אונאיין אריינווארפן טיפס און געדאנקען וואס יעדע עקסטער איז ווערד גרויס געלט ,לדעתי איז קאלידזש פאר בוקקיפינג בעל תשחית ממש און אוואדע און אוואדע יעצט אז די קורסעס זענען געווארן עוועילעבל !

נאדיר די לינק אהין : https://www.daass.com/home
יעצט געליינט און שטארק הנאה געהאט.. כ'האב יעצט גענומען דעי קורס נאך וואס כ'האב גערעדט צו @דערערדליגער . און ס'איז טאקע זייער קלאר!
שטארק רעקעמענדעט!
פאלטשע נאמען
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:25 pm

Re: ווילט איר לערנען בוקקיפינג ? דעת איז די תירץ !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלטשע נאמען »

איין זאך נאר, ר' אהרן זאגט קלאר אז ער גייט נישט אריינגיין צו טיעף אין "דעביטס ענד קרעדיטס" וואס קענענדיג די ליין אביסל איז דעיס די פונדעמענטאלע בעיס צו "פארשטיין" (נישט "קענען"..) קוויקבוקס. נישט נאר פאר אקאונטענטס נאר פאר בעיסיק בוקקיפפערס פונקט אזוי.
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע:קדש ברנע

Re: ווילט איר לערנען בוקקיפינג ? דעת איז די תירץ !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

האט איינער עקספיריענס מיט דעם קורס פון בוקקיפינג אדער מיט אן אנדערן קורס?
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ווילט איר לערנען בוקקיפינג ? דעת איז די תירץ !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

געזען דעם יו"ט אסאך אדווערטייזט פון זיי, סתם אינטערעסאנט עס איז דא אין מאנסי א מענטאל העלט קליניק מיטן זעלבן נאמען, סאו ביז היינט האב איך ניטאמאל געכאפט אז די אדווערטייזמענטס זענען פאר קוויק בוק קורסעס, פילייכט זאלן זיי טוישן נאמען צו עפעס מער יוניק
שרייב תגובה

צוריק צו “קורסן און קלאסן”