וואו איז מיין געלט?
בס"ד
וואו איז מיין געלט?
דאס איז די קשיא וואס איז געווארן די לעצטע טרענד וואס אינוועסטער'ס פרעגן פון די מענטשען וועם זיי האבן געטראסט מיט זייער געלט.
און מיין קאפ צושפרינגט, ווייל ווי מער איך גרוב אריין אין די מענטשען כדי צו וויסן וואס זיי וואלטן געקענט טון נישט אנצוקומען צו די פלאץ איז ליידער די ענטפער אז מען האט נישט געמאכט די מינדערסטע Due diligence און דאס איז הימל שרייענד, ווייל אזאך וואס מען וואלט ווען געקענט וויסן בעפאר דעם און מען האט נישט געוויסט דערפון הייסט לייכטזיניג negligence , און רוב זאכן וואלט מען אויפגעכאפט ווען מען טיט דאס ווען יא.
Due diligence איז א קורצע ווארט אין די ביזנעס וועלט, אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו טון בעפאר יעדע אינוועסטמענט, און אן דעם איז מען ממש ווי א בחינה פון הניח מעותיו על קרן הצבי.
און אידיש מיינט דאס, פרעג זיך נאך אויף אלע אינפא וואס די קענסט וויסן און גיי נאך צו עס איז ריכטיג.
אויב מען האט זיך נאכגעפרעגט און געוויסט דערפון און מען האט מסכים געווען צו די מציאות מיינט דאס אז מען האט מסכים געווען צו נעמען די ריסק, און אויב מען האט נישט געקענט וויסן דערפון פון פאראויס איז עס נארמאלע ביזנעס, אבער ווי פריער געשריבן אזאך וואס מען וואלט ווען געקענט וויסן בעפאר דעם און מען האט נישט געוויסט דערפון הייסט לייכטזיניג negligence.
דא האט איר און קורצען וואס מען קען זיך נאכפרעגן בעפאר איר לייגט געלט סיי ווי.
ווער איז דער מענטש מיט דעם די ווילסט מאכן ביזנעס?
כלליות'דיג
האט ער ציגעשטעלט רעפערענסעס ווי די קענסט זיך נאכפרעגן אויף אים אין ביזנעס?
מידות:
ווייסט ער וויאזוי מוותר צו זיין ביי א קריגעריי?
האט ער ליב צו דעבעטען זאכן אדער ער קען מאכן החלטות?
פון וועלכע פון די פאלגענדע האסטו אים שוין געזען, און צו האסטו ליב געהאט וואס די האסט געזען: בכיסו בכוסו בכעסו
עקספיריענס:
האט ער שוין געפירט א ביזנעס?
האט ער שוין געטאן דאס וואס ער וויל יעצט טון?
וואס האט ער געטאן פון ווען ער איז אריין אין די ביזנעס וועלט ביז יעצט?
האט ער שוין געהאט א שותף?
האט ער זיך שוין ציטיילט פון א שותף?
געלט:
קריטיש וויכטיג פון וויפיל מענטשען האט ער שוין גענומען געלט פאר דאס וואס די לייגסט יעצט?
קריטיש וויכטיג פון וויפיל מענטשען האט ער שוין בכלל אמאל גענומען געלט, און וויאזוי האט ער זיי דאס צוריק באצאלט?
קריטיש וויכטיג האט ער דיר געוויזן זיין פיינענשעל רעקארדס פון די ביזנעס וואס ער האט? (ווער נישט פארלוירן פון א שיינע הויז אדער פון א שיינע קאר וכדומה)
נישט אזוי וויכטיג, אבער עס געט א געוויסע בליק ווער דער מענטש איז. וויאזוי זעהט אויס זיינע פריוואטע פיינענס?
קריטיש וויכטיג גייט דאס געלט דירעקט פאר א זאך, אדער גייט עס אין אן אקאונט און פון דארט גייט מען עס ניצן פאר אינוועסטמענט.
וויפיל געלט גייט קאסטן די זאך וואס מען גייט טון?
ווען מען לייגט אריין אין א ביזנעס א מיליאן דאלער און מען באקומט דערפאר 50% בעלות, מיינט דאס אז מען האט געמאכט א חשבון אז נאך וואס מען גייט אויסניצן די מיליאן דאלער וואס מען האט אריין געלייגט גייט די ביזנעס זיין ווערד כאטש צוויי מיליאן דאלער, ווייל אויב נישט קומט אויס אז מיין 50% איז נישט ווערד דאס געלט וואס איך האב אריין געלייגט: כדי צו וויסן קלאר צו עס איז טאקע אזוי פרעגט די פאלגענדע שאלות:
קריטיש וויכטיג וויפיל געלט גייט מען דארפן ביז מען גייט קענען בילן א קלייענט/פארקויפן די פראדוקט?
קריטיש וויכטיג וויפיל געלט גייט מען דארפן ביז די ביזנעס קען זיך אליינס דעקן?
די שאלה וועט אייך געבן אסאך אינפא צו עס לוינט זיך בכלל וויפיל געלט גייט מען דארפן ביז די ביזנעס גייט מאכן דאס געלט אז עס זאל זיך לוינען פאר די שותפים צו זיין אין ביזנעס?
די תשובה וועט אייך עפענען די קאפ, אבער מען קען אריין אין ביזנעס אן דעם. וויפיל געלט גייט מען דארפן צו טראגן די ביזנעס צו די שטאפל ווי מען וויל עס באמת טראגן?
הרבה יותר ממה שכתבתי כתוב כאן, רבותי מען רעדט פון מיליאנען דאלער אידיש געלט וואס גייט יעצט לטמיון ווייל מען האט זיך נישט נאכגעפרעגט פון בעפאר.