משה כספי האט געשריבן:ODOM האט געשריבן: ס'איז אומפארשטענדליך אזא טענה אז אויב מען האט גיזאגט דעם ווארט מיט די נקודות נאר נישט דעם מלרע-מלעיל, איז מען יוצא כאטש ס'טייטש איז אנדערש געווארין.
אין די וואכיגע סדרא, די לשונות של גאולה: והוצאתי, והצלתי, וגאלתי, ולקחתי, והבאתי. הוצאתי הצלתי גאלתי לקחתי הבאתי, איז אלעס לשון עבר, ווי מען דערציילט וואס איז א מאהליגע צייט געווען. דער ו' פאר דעם ווארט, איז א וי"ו ההיפוך, אויף לשון עתיד, ס'רעדטזאך פון וואס וועט זיין שפעטער. ווען מ'זאגט דאס מלרע - די נגינה איז אויף דעם ת' - איז דאס לשון עתיד און דער ו' א וי"ו ההיפוך. אויב מ'זאגט מלעיל, בלייבט דאס לשון עבר און דער וי"ו איז א וי"ו החיבור.
נישט צו פארשטיין אז זאגין מלעיל איז גוט.
א שיינע חידוש דאס! נישט געוויסט דערפון
געדענקסט די מקור?
אין אנפאנג פרשת בחוקותי (כ"ו ג') שרייבט דער אבן-עזרא, אויף דעם ווארט "ונתתי":
ולעולם כאשר המלה מלרע עם וי"ו, הטעם הוא לעתיד. ואם מלעיל, עבר, חוץ ממתי מעט.
ד.ה. ווען דער ווארט איז מלרע מיט א וי"ו, מיינט דאס לעתיד, אוין אויב דער ווארט איז מלעיל, מיינט דאס לשעבר, אויסער ווייניג.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם