פארוואס ווארפן אידן אוועק אזא גרויסע עשירות בידים
איך וועל ברענגען א דוגמא פון מיין ידיד וואס דער באשעפער האט אים געשאנקען מיט הרחבה כדבעי, (איך מיין נישט צו זאגן א גרויסער עושר) ער האט זיך איינגעשאפט אין בארא פארק א צוויי מיליאן דאלערדיגע הויז, און זומער גייט ער צו די בערג, ווינטער אין פלארידע, וכו' פון צייט צו צייט כאפט מען אריין א סוכות אין ארץ ישראל וכו'.
זאל דער איד טהון אביסל אנדערש ער זאל קויפן אזא הויז אביסל ארויס ארום קרית יואל ווי מען קען היינט פאר ארום פיר הונדערט טויזנט א פאלאץ גרעסער ווי וואס ער האט אין בארא פארק, הגם וואס ער האט מער ליעב בארא פארק, אבער לאז מיר זעהן וואס ער פארדינט, אויב איר ווייסט נישט אליינס וואס ער קען אלץ האבן וועל איך אויסרעכענען אויב איר זענט גרייט צו הערן, אויב האט ער איבריגע צוויי מיליאן אויף הארד מאני לאון צווישן היימישע אידן גייט היינט ביי מינימום 15% דורך היתר עיסקא פארשטייט זיך, און דאס איז דריי הונדערט טויזנט א יאר, און מן הסתם וועט ער זיך אויפזוכן זיינע אנדערע ביזנעסער ווי עס אריינצולייגן עס זאל וואקסן פירות, פרעג איך די הארבע קושיא פארוואס ווארפט מען אוועק אזא עשירות נאר פאר דעם צו וואוינען אין שטאט??
ביז אהער האב איך געברענגט פון די מיטל קלאס קוק ווינקל, איך פרעג נישט די קשיא פון די גאר גרויסע עשירים וואס זיי וועלן זאגן אז זיי זענען שוין אזוי אויך גענוג רייך. די פראגע איז שטערקער ביי די שוואכערע פארדינער, אויסער ביי די וואס וואוינען אין גאווערמענט הייזער און זענען פארנומען מיטן זיך פארשטעלן ווי ארעמעלייט צו פארדינען וואוטשערס, וואס זייערע חשבונות האב איך נישט געמאכט, איך וועל איבערלאזן פאר די מגיבים צו מאכן זייער חשבון.
איך ווייס אז אסאך אשכולות האבן שוין געדראשן אין די נושא, אבער איך האב עס געוואלט אראפלייגן פון די קוק ווינקל, ווי אדער ביסטו א פשוטע שיינע איד, אדער עושר אדיר. דארפסט נאר מאכן די טויש.