Zeltzerהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:24 pm
@המברך יתברך קום אריין ארויס העלפען..
זיידי מהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:03 pm
קאכעדיגעהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:00 pm
זיי וויסען אז איר זענט ווייט נישט אליין! גאר אסאך האבן געהאט די פראבלעם און סוקסעספול מצליח געווען איבערצודרייען לטובה! עס איז וויכטיג צו הערן מער פרטים צו קענען עצה'נן!
איר ווילט מיין סאושעל? איך גיי דורך יסורים איוב אין עטס ווילסט וויסן דיטאלן כהאב געמיינט אז דא איז א פלאץ פאר חיזוק ענדערש ווי גאסעפ כקען אייך ענטפערען אויב איר זאגט מיר אז איר קענט מיר העלפען
אקעי. שלום עליכם און יישר כח פאר די איינלאדענונג.
יעצט, דער איד ווייקט זיך נעבעך אין ביטערע יסורים, טראץ וואס ער קען נישט אנצייגן גענוי וואס ס'גייט פאר. און דאס איז פארשטענדליך, כאטש מיר ווייסן דאך זיכער נישט וואס ס'גייט פאר. יעצט, איך קען פרובירן דיך צו העלפן, אבער: 1) ס'וועט נעמען צייט, און דו דארפסט פארשטיין אז אין דער צייט וועט דער פראבלעם בלייבן וואס ס'איז, אפילו דו ווערסט בעסער. אפשר דארפסטו יעוץ פון א רב, אדער מעדיקאמענטן, פשוט כדי צו קענען אנגיין. ווייל, לויט ווי עס זעט אויס פון דיינע ווערטער, איז דער מצב ממש געפערליך אין דיינע אויגן, און אויב איז עס טאקע געפערליך, דאן ווייסן מיר נישט וויאזוי ס'גייט זיך אויסלאזן. פונדעסטוועגן, האף איך אז ס'וועט אי"ה זיין זייער גוט. אבער: 2) דו דארפסט מיטארבעטן, און זיך שטארקן. ווייל ווילאנג דו וועסט דיך נישט שטארקן, וועט זיכער נישט בעסער ווערן, און אויב דו וועסט דו יא שטארקן, וועט דיין אייגענע מצב - פארגעס דערווייל פון אנדערע - באמת בעסער בעז"ה, סיי וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן צום סוף.
און קודם לאמיר א תפלה טאן פאר השי"ת:
למנצח מזמור לדוד. יענך ה' ביום צרה ישגבך שם אלקי יעקב. ישלח עזרך מקודש ומציון יסעדך. יזכור כל מנחותיך ועולתך ידשנה סלה. יתן לך כלבבך וכל עצתך ימלא. נרננה בישועתך ובשם אלקינו נדגול, ימלא ה' כל משאלותיך. עתה ידעתי כי הושיע ה' את משיחו, יענהו משמי קדשו בגבורות ישע ימינו. אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר.
צ.ב.ש. אויב איז דא בעצם שלום בית, א געהעריגער קשר און פארשטאנד און אפשר אפילו אהבה נאר דער פראבלעם איז אין די דינאמיק, אנשטאט דער מאן זאל זיין דער פעסטער בעה"ב אין שטוב און די פרוי די שוואכיטשקע מעקעלע וואס פארגיסט טרערן ווען דער מאן איז נישט אין די בעסטע גיסטע, זענען די ראלעס איבערגעדרייט, די פרוי 'טראגט די הויזן' ווי מ'רופט עס און דער מאן טרויט זיך נישט צו טון עפעס אן איר הסכמה, דאס איז איין סארט אישו וואס מען דארף באהאנדלען צוגעפאסט לויטן מציאות (און עס איז נישט מוכרח אז מען קען / דארף עפעס טון, יתכן אז מען קען עס מאכן ארבעטן אין די עקזיסטירנדע פרעים ווארק אנשטאט פרובירן צו טוישן די נאטורן פון ביידע).
פון די אנדערע זייט, אויב רעדט מען פון א 'אשה רעה' מיט אלע מפרשים ווי עס שטייט אין די גמרא, דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש
יאך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט רובא דרובא פון אונזער ציבור באקומט נישט קיין אמת'ע הדרכה אין די סוגיא פון שלום בית. דער עולם דא שיקט צי טערעפי אדער ענליכעס ווען אין רוב פעלער איז עס א חסרון אין הדרכה און יסודות'דיגע ידיעות. פאר מען לערנט דאס מיינט יעדער פארהייראטער אז ער ווייסט וואס ער האט צי טוען ווען דער ריינער אמת איז אז דאס דארף מען געהעריג לערנען, וואס דארף זי ?פארוואס שרייט זי ? וואס ליגט אינטער די אלע אויסברוכען ? איך זאג נישט, אלץ קען זיין א אויסנאם און מען דארף אמאל גיין צי ספעציעלע הילף אבער אזוי ווי מיר אלע ווייסען אז מען האט חתונה געהאט אנע געהעריגע הדרכה איז דעס די ערשטע זאך וואס מען דארף צי לערנען. ליידער ווען עס מאכט זיך א סכסוך עפנט דער שלו' בית עסקן אויף א 'קעיס' ווען באמת אין כאן קעיס נאר ס'פעלט יסודות, זעירון אינון וואס שיקן צוריק דעי קאפל פאר יסודותדיגע הדרכה
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
דו ווילסט נישט אז אונזערע קאפלעך זאלן זיך האלטען אזוי לאנג ווי די גואישע
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
אין שלום בית איז כמעט נישט שייך הדרכה אויב איז מען נישט קיין מענטש. מ׳קען נישט מאכן א צווייטן פאר א מענטש. הבחירה ביד כל אחד ואחד. אין קדושת הבית פעלט יא הדרכה און דאס קען מען און מ׳דארף געבן.
אין שלום בית איז כמעט נישט שייך הדרכה אויב איז מען נישט קיין מענטש. מ׳קען נישט מאכן א צווייטן פאר א מענטש. הבחירה ביד כל אחד ואחד. אין קדושת הבית פעלט יא הדרכה און דאס קען מען און מ׳דארף געבן.
הערט קלאר מען דארף נישט זיין א מענטש צו האבן שלום בית, מען דארף פארשטיין דער ענין און זיך פירן לויט דעם, אפילו אויב מען פלאגט זיך מיט שלעכטע מדות קען מען אויך האבן א פיינעם שלום בית, איך ווייס אז עס הערט זיך מאדנע פאר אסאך מענטשען אבער כך הוא ביודעי ומכירי, אגב איך טוה אין הדרכה א שיינע פאר יאר.
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
נוסח אשכנזהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:46 pm
אלי' מקוה יודהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:53 pm
באר רחובותהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:48 pm
איך האב אריינגעסיינט דיר צו געבן חיזוק, וויפיל איך קען, דער אויבערשטער זאל דיר געבן כח, זאלסט טרעפן די ריכטיגע שליח, דיר ארויסצוהעלפען פון דיין מצב. אין פאר די וואס מאכען חוזק, וואס איז דאס? טרינקען יענעס בלוט!
אבער אז די קענסט זיך אביסל מער ארויסברענגען וואס דיין פראבלעם איז, וועלן אנדערע דיר קענען העלפען, אין אסאך אנדערע וועלן קענען געהאלפען ווערן פון דיר.
ווי עס שיינט דארף ער רעפערלס צו מומחים אין דעם געביט אין זיין לאקאלע געגענט, אויב איר האט אינפארמאציע שיקט עהם אין אישי.
אין שלום בית איז כמעט נישט שייך הדרכה אויב איז מען נישט קיין מענטש.מ׳קען נישט מאכן א צווייטן פאר א מענטש. הבחירה ביד כל אחד ואחד. אין קדושת הבית פעלט יא הדרכה און דאס קען מען און מ׳דארף געבן.