Re: א גריס פון יענע וועלט
הרב יואל קליין האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 01, 2024 6:25 pmאיך האב עס אויסגעהערט.today not tomorrow האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 01, 2024 2:35 pmזייער א אינטערעסאנטע נאוועל מיט א גוטע פראדאקשן..
אומגלויבלעך ווי מענטשן קויפן יעדע דמיון וואס א יעצטיגע/געוועזענע חולי נפש ברומט ארויס...
אגב האב איך געזעהן ווי ר' אביגדור מיללער ענטפערט פאר איינעם וואס פרעגט איבער די נושא
זאגנדיג: "מענטשן וואס שטארבן האבן א נטייה צו בלייבן טויט.." און אז די אלע בעלי דמיון זענען שווינדלער וכו'
--
קול מבשר האט א לאנגע היסטאריע פון שטופן די אזויגערופענע מיסטישע נושאים
אנגעהויבן פון שווארצע און גאלדענע פארזאגער ביז דמיונות געשיכטעס
אנגעהויבן מיט דרעזדנער- שמעלצער יעדע שני וחמישי מיט א צווייטע בעל דמיון
ביז פנחס גלויבער (די מעשה פון יצחק פאנגער און פון די דזשורנאליסט וואס איז געגאנגען דאקומאנטירן געוויסע שבטים אין אמאזאן דזשאנגל ועוד ועוד) וואס איך ענדזשוי געוואלדיג זיינע ערציילונגען אבער איך הער עס אויס אלס נאוועל
--
איך זעה אידן ווערן אנגעווארעמט מיט די געשיכטעס, און עס קומען ארויס גוטע זאכן דערפין
די שאלה איז צו מען קען בויען אידישקייט מיט שקר
איך קויף נישט אזוי שנעל קיין לוקעריץ.
זיי׳זשע מיר ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז די מעשה איז קאמפליטלי פאלש.
ביטע מיש נישט אריין אנדערע קאלמע אינטערטעימענט. איך רעדט פון די ספעציפישע מעשה.
געב א ביישפיל פון לוקעריץ וואס איז ווערט סקעפטיסיזם - אויב נישט א אזויגערופענע דמיון /חלום וואס א מענטש זאגט אז ער האט געזעהן
שיין קוק מיר אויס אז מען דארף זיצן און מסביר זיין פארוואס מען גלייבט נישט
קולמע איז געווארן א פלאטפארמע ווי יעדע בעל החלומות קען קומען פויקען איבער התגלות'ער וואס ער האט געזעהן בחלום אדער בהקיץ - אנשטאט אים רעפערירן צו די נענסטע סייקיעטריק פעסיליטי
כלל גדול יעדע זאך וואס א מענטש זאגט ער האט אליינס געזעהן/געחלומט איבער התגלות וכדו' איז ווערט מינימום אסאך סקעפטיסיזם (קוק אריין אין רמב"ם)
א זאך וואס א ציבור האט מיטגעהאלטן אדער מינימום אויסגעפרעגטע עדות וואס זענען זיך נישט סותר קען מען דן זיין