די מקור פון יענע פאראגראף האב איך גענומען פון ספר חמדה גנוזה וואס זאגט עס בשם דעם הייליגן צאנזער רב, הלואי זאל איך עס טרעפן נאכאמאל אינעווייניג.
בקיצור, מען דארף נוצן יעדע סארט טול, יעדע סארט מחשבה וואס קען בייהילפיג זיין צו עבודת ה' וואס איז די גדר פון ענווה פסולה? וואו איז דער גרעניץ צווישן ויגבה לבו בדרכי ה' און תועבת ה' כל גבה לב?
דער מבחן איז "וואס ברענגט דיר עווענטועל צו עבודת ה'?" אויב מיטן זיך אראפברענגען און זיך האלטן קליין, לאזטו נאך פון עבודת ה' ווייל דו ביסט סייווי גארנישט דאן סטאפ!!!! אויב מיטן זיך האלטן גרויס ביסטו מזניח פון עבודת ה' דו פילסט אז דו טוסט שוין גענוג? דאן סטאפ!!!
ומובן
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול. אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
די תירוץ אין איין ווארט איז יא. אבער ווי אזוי דערגרייכט מען דאס דאס איז נישט אזא פשוטע תירוץ. די ערשטע קשיא איז זיכסטו טאקע שלות הנפש, אדער זיכסטו נאך צו לויפן הבלי עולם הזה?
אלס אידן שלות הנפש וועט איר נאר דערגרייכען ווען איר טוט די רצון השם מיט שמחה, יעדע קליינע מצוה מתוך שמחה. שלות הנפש ווערט נישט דערגרייכט מיטן גיין קיין פלארידע, שלות הנפש ווערט ניש דערגרייכט מיטן אוועק לויפן פון זיך אין טראכטען ווען איך וועל האבן א שיינע הויז, קאר, אסאך געלט, כבוד, גוטע קינדער, גוטע ווייב, געזונט וכו וכו. דעמאלטס וועל איך האבן שלות הנפש. שלות הנפש איז יעצט שמחת החיים איז יעצט אין דיין מצב. אז די וועסט עקסעפטן דעם רצון השם אין עם דינען מיט שמחה אין יעדע מצב זיך האלטן רויאיג ווייל דאס וויל שי רבושע יעצט, וועסטו דערגרייכען שלות הנפש, עס איז נישט אלעמאל גרינג.
איך בין נישט די בעסטע שרייבער, איך האף עס וועלן אריין קומען די גוטע שרייבער אין מרחיב זיין. אבער די נקודה איז איין נקידה. פארוואס האט א מענטש נישט קיין מנוחה, ווייל ער וויל ערגעץ אנקומען. א מענטש אינטערוועגנס האט נישט קיין מנוחה. אבער ווען די מענטש ווייסט אוואדאי דארף מען אנקומען, אבער דאס וואס איך בין יעצט דא איז נישט נאר אנצוקעמען. נאר די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט. אין אז די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט, בין איך נישט אינטערוועגנס, איך בין יעצט ביי די סטאפ, אין ביי די סטאפ וועל איך זיין צופרידען ווייל איך דין יעצט די רבושע, אין איך האב אמונה פשוטה. קען מען האבן שלות הנפש אין יעדע מצב. שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
37 לייקס!!! טאקע נישט שרייבעריש, אבער קולע אל השערה!!!
יאוש איז די זאך!!! אויפגעבן!!! איך בין וואס איך בין, פון מיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, יעדע מצוה וואס איך טו איז א פלאס, יעדע פארגעניגן וואס דער אייבערשטער רוקט מיר אונטער איז א פלאס, יעדע נסיון וואס דער באשעפער האט מיר געהאלפן אז איך בין בייגעשטאנען איז א לויטערע פלאס, ווען עפעס גייט נישט ווי פארגעשריבן איז עס נישט קיין מיינוס, ווייל איך בין סייווי א דורכפאל, מען טוט השתדלות און מען פרובירט צו טון וואס מען האט צוטון ווייל דאס וויל דער אייבערשטער, דאן איז מען זוכה בדרך הטבע צו די לאנג ערווארטעטע אזוי ארויסגעקוקטע שלוות הנפש...
שלוות הנפש קומט ביים לערנען! שלוות הנפש קומט ווען מען איז זיך מתגבר אויף נסיונות! שלוות הנפש קומט מען עס איז געווען א לאנגע דאווענען און איך בין נישט ארויסגעגאנגען שמועסן!!! שלוות הנפש קומט ווען כ'האב געלערנט און כ'האב נישט פארשטאנען, כ'האב געוואלט עס סקיפן און גיין ווייטער כ'האב מיר אבער יא געמוטשעט קעגן דעם רצון פון מיין פארדרעקטע גוף!!! שלוות הנפש קומט ווען כ'האב געוואלט רעדן לשון הרע, עס איז געליגן אויף מיין שפיץ צונג און כ'האב עס אין די לעצטע רגע נישט געזאגט!!! שלוות הנפש קומט ווען עס איז געקומען א נסיון פון כעס און מען האט זיך איינגעהאלטן!!! עיין עוד ותמצא נחת
אביסל צו ווילד צו קענען האבן שלות הנפש.
עבודת עבודה - דברות קודש
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.12.jpeg (171.1 KiB) געזען 277 מאל
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.30.jpeg (126.6 KiB) געזען 277 מאל