Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו
עס איז נישטא אויף אגרויסן פארמאט, נאר א לאקלישע. למשל, צווישן חברים בעלי מנגנים אין איין שטיבל וואס איינער פין זיי מאכט א סעודה / א טרינק חוה"מ אדער יו"ט אליין וכיו"ב.הרים סביב האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:23 pmוואו איז דא אזא פארברענג וואס מ'קען מיטהאלטן ווי אזוי די ניגונים ווערן אראפגעזינגען דורך היודעים פרק בשיר?סבלנות האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:28 amווען דער עולם זינגט עס אין שטיבל אדער ביי א סעודה וכיו"ב - ביסטו טאקי גערעכט אבער ווען מ'הערט דעם ספעציעלע פארבעסערטע רעקארדירונג וואס איך בין דא ארויף געלייגט איז דער ניגון בבחינת 'פנים חדשות'... פון די זינגען אליין.
אגב, איך האב נישט קיין הנאה כמעט פון קיין שום ניגון ווען מ'זינגט אין שטיבל (- מיט די זייפנים, מורחין וממרחין, צועקין, עולים ויורדים וחוזר חלילה... אזוי ווי א שיפ אין ים, עולים ומעלים את כולם... וכיו"ב שאר תחלואי הזמרה), נאר ווען איך בין צווישן אן 'אמתע' גוטע בעלי מנגנים 'היודעים פרק בשיר'.
ר' יענקל תלמוד ז"ל האט געפלייגט זאגן אז נאך ווען ענדיקטער א ניגון בעטער א סליחה פון דעם ניגון...
פארוואס?
וועל ער מאכט א ניגון בשלימות כדבעי, שפעטער ווען מ'זינגט דעם ניגון ברבים, קומט 'פלוני' (ער האט געזאגט דעם נאמען) און נעמט ארופ פון די ניגון אן אויער... 'אלמוני' נעמט ארופ א נאז... צוליב דעם בעטער פארויס א מחילה פון די ניגון.
אפילו שבת ביים של"ס אין שטיבל, מ'זיצט צוזאמען בעלי מנגנים אין איין טיש.
(עס איז נישט אין יעדע גערער שטיבל נאר ס'איז תלוי ביי די מתפללים / גבאים, וויפיל איז דעם נושא איז וויכטיק פאר זיי).
אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'
אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'
[email protected]