מסכת עוויקשאן
פותחין בכבוד האכסניא פונעם טעמע און דאס איז פונעם מאמענט
און דאס איז וואס איך האב מגיב געווען
כוואונדער מיר נאר צו דער עולם גייט טרעפן דעם אשכול און די ווינקעל פון אייוועלט?
און דאס איז פונעם היינטיגען לוח הציבורטשעירמאן האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 11:50 amכהאב מורא'דיג הנאה געהאט פון די ארטיקעל די וואך געווען, א גוטע טאפיק, גוטע שרייבער, און אסאך אינפארמאציע, אויך הנאה געהאט פון די געדאנק פון בעטן אביסעל ווייניגער רענט פון די מארקעט פרייז, סאיז א שטארקע כלל אין ריעל לייף א זאך וואס גלאנצט צו שטארק איז נישט קיין גאלד
אויך מיר געפאלן ווי דער אינגערמאן וואס פיילט א גאנצען טאג עוויקשען קעיסעס נעמט נישט עכט קיין צד... און ער פארשטייט די געפילן פון בייידע די לענלארד און דער טענענט
למעשה ווערט געקאווערט נאר די חלק פון גויאישע טעננענטס, לכאורה ווייל צו אנאלעזירן די אידישע מארקעט קען זיך גרעניצן מיט לה''ר אדער א קיטרוג אויף כלל ישראל סא סאיז בעסער אזוי
איך בין נאך נייגעריג וואס איז עס ע''פ תורה די גאנצע ענין פון עוויקשאן,
קען די לענלארד בעטן סיי וואסערע פרייז און אז נישט פאק פעק?
קען די בעב זאגן איך וויל די דירה פאר מיין קינד זיי מוחל קוש די מזוזה?
די תלמידי חכמים ווערן פארבעטן מיט כבוד
כוואונדער מיר נאר צו דער עולם גייט טרעפן דעם אשכול און די ווינקעל פון אייוועלט?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.