ווען פטר'ט א ברכה א מאכל וואס האט די זעלבע ברכה?
די וועלט זאגט אז פסח מאכט מען א שהכל און א בורא נפשות און מען קען אלעס עסן אינצווישן... איז עס טאקע אזוי?
איך האב געקוקט אינעם ווינדעליכן ספר משפט הברכות (אידיש) פון הרב אהרן ווידער (סקווירא), האט ער דארט א גאנץ פרק דאס איז פרק יד "מאכן א ברכה אויף א מאכל וואס מען האט נישט געהאלטן אין דער האנט בשעת דער ברכה" איז דער קעפל.
ער לייגט עס אראפ אזוי: א ברכה טוט צוויי פעולות איינס אז מען קען עסן דאס וואס מ'האלט אין די הענט בשעת'ן מאכן די ברכה, צווייטע אז מען קען עסן פון אט דעם זעלבן מאכל אדער משקה נאך וויפיל עס באגערט אים.
ער שרייבט אסאך כללים און פרטים וואס כ'וועל כמובן נישט מעתיק זיין אלעס, נאר אזויפיל מעורר זיין אויף אזאך אויף וואס כ'האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט ווען מען מעג יא עסן נאך וועניש. און אפי' יעצט ביניך אויך נאכניש קלאר... עס איז דא אזויפיל תנאים און כללים עס איז געוואנדן אין זעכע דקות'דיגע זאכן אמאל לוינט נישט צו עסן די זאך פשוט ווייל ס'איז צו קאמפליצירט צו מען דארף יא מאכן נאך א ברכה אדער עס איז שוין גע'פטר'ט.
לעצטענס פרוביר אינזין צו האבן יעדע מאל איך מאך א שהכל אז איז דעם זאל זיין אינקלאדעט יעדע מאכל אדער משקה וואס זיין ברכה איז שהכל סיי וואס איז פאר מיר סיי וואס וועט אמאל קומען.
וויזוי פירט איר זיך אין דעם?