איך זע ס'דא סידורים וואו ס'שטייט ס'דארף זיין צוויי ביימער צו מאכן די ברכה, וואו אין וויליאמסבורג, בעסער אלט ווילי קען מען זען צוויי ביימער מיט בלומען? גראדע אויף דיוויזשאן קאר. לי אין פארק וואס כ'ברענג אויבן די בילד איז יעצט דא הערליכע בלומען, אבער איך האב חשק יוצא זיין שיטת צוויי ביימער
אין ניי ווילי בעדפארד קאר. קליפטאן [א צוויי גאסן נאך די טשעיס באנק], אין די גארדן אויפן קארנער [אריינגאנג פון בעדפארד, די ביימער זענען ביים עק קעגן איבער די אריינגאנג] לערך א זעקס פרוכט ביימער.
ס'איז א שאלה צי ס'איז ריכטיג אוועקצוגיין און נישט מאכן א ברכה ווען דו זעסט איין בוים, בלויז ווייל דו האסט חשק צו זען צוויי. ווייל על פי הלכה ביסטו מחוייב צו מאכן ביי איינס.
מאטל שניידערהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 01, 2024 12:47 pm
איש חמודותהאט געשריבן:↑זונטאג אפריל 11, 2021 1:45 pm
סמארט גאי האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
ביז ווען קען מען מאכן די ברכה?
לויטן ישמח משה אין שו"ת השיב משה האט עס נישט קיין באשטימטן טאג נאר מ'מאכט די ברכה כל זמן די ביימער זענען אין די פאזעס פון אנהייבן בליען
מ'פסקנ'ט אזוי? איך מיין אז נישט.
(איך האב אמאל געפרעגט א דיין)
מרן מסאטמאר זי"ע האט עס אנגענומען להלכה, נאכדערצו אז ס'איז דא יארן דא אין אמעריקא וואס ס'איז פשוט אוממעגליך צו מאכן חודש ניסן וליתר שאת דער חת"ס האלט אויך אזוי אז מ'קען מאכן חודש אייר ביז 30 טעג נאך די תקופה.