ציטיר
10
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך דזשעק ענד דזשיל
»
מאנטאג מאי 06, 2024 12:51 am
איך וואלט געוואלט זען טאלסי אויפן טיקעט, טראץ וואס כ'האלט נישט דוקא אז זי גייטע עפעס ברענגען פאר טראמפ. טאלסי איז קינג ווען ס'קומט צו שפייען אין פנים פאר יענע וואס אלע האבן מורא צו קריטיקירן. זי האט א קליינע פראבלעם צו זאגן וואס זי וויל ווען זי וויל, אפגעזען די קאנסעקווענצן. זי איז ארויסגעקומען קעגן הילערי, אין די צייט וואס "יעדער" האט איר געשריגן אין פובליק און אין פרייוועט אז ארויפגיין אויף די קלינטאן ליסטע איז נישט בא'טעמ'ט, און זי וועט ביטערליך חרטה האבן... זי האט זיך אבער קנאפ דערשראקן, און געמאלדן פאר הילערי'ן אז זי האט איר טיף אין קעשענע... זי איז זיך געגגאנגען טרעפן מיט דאן פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ, נאכדעם וואס זי האט אינדארסירט נישט מער און נישט ווייניגער די ארכי-לינקע סענדערס. די שריט איז שארף פארשריגן געווארן דורך קאלעגע דעמאקראטן, און איז שפעטער גוט אויסגענוצט געווארן אויפן סטעידזש ביי די 2020 פריימערי דעבאטעס ווען אנדערע קאנדידאטן האבן איר שווער אטאקירט פאר אזאנס טון. זי איז אבער געזיצן און געלאכט... און ווער רעדט נאך פון זיך גיין טרעפן מיט אסאד. איר פרצוף איז נאך היינט רויט פון די פראסקעס... גייט איר נישט אן... כ'גלייב אבער נישט אז טראמפ וועט איר נעמען צוליב צוויי סיבות. ערשטנס איז זי שוין היינט א געהעריגע מאגא רעפובליקען, און ס'איז שווער צו זען וועלכע וואוטער'ס זי קען מיט זיך ברענגען פאר טראמפ. איר דעמאקראטישע הונטערגרונד איז שוין שלאפן געגאנגען אויף אייביג, און היינט איז זי פלעט אוט מאגא, מילא האט טראמפ גארנישט דערפון. חוץ פון דעם גלייב איך אז טראמפ איז נישט איבעריג קאנפידענט קוקונדיג אויף איר היסטאריע. טראמפ דארף איינער וואס וועט זיין הונדערט פראצענט לויעל, און נישט אזא איינער וואו טאלסי וואס איז געווען די די וויצע פראזיצער פון די אר-ען-סי, און איז איין טאג אויפגעשטאנען אויפן לינקע זייט, און רעזיגנירט פון אמט אין שאנדע פון איר גאנצע פארטיי.... מיין פריוואטע מיינונג איז אז טראמפ וועט נעמען איינער וועם קיינער חלומ'ט נישט. די אלע אויבנדערמאנטע נעמען זענען היבש אנלייקלי צו לאנדן אויף זיין ליסטע. כ'האב א פיצי פילינג אז העילי ווערט ערנסט באטראכט, זינט זי וואלט געברענגט א מאסיווע אמאונט פון וואוטער'ס בדרך הטבע. לי זעלדין איז אויך נישט גענצליך אפגעפרעגט, אבער ביי אים ווייטער מוז נישט זיין אז ער וועט ברענגען אזויפיל וואוטס, טראץ זיין רעפוטאציע מיט די ניו יארק פארמעסט, וואס נאך דעסענטיס ווייסט מען שוין היינט אז סטעיט און לאנד איז גאנץ א צווייטע פעלד, און איינס ווייזט לאו דוקא עפעס מורא'דיג אויפן צווייטע. ונחיה ונראה...
נעע, טו נישט...