איך האב אמאל געהערט א שיין פשעטל - אין די נושא פון בחורים זאלן לייגן תפילין חול המועד - וואס הגאון ר’ שרגא פאפלאנאש האט געמאכט פאר א בר מצוה פון צווילינג בחורים אפאר טעג פאר פסח
לאמיר דיר מסביר זיין. יעדע מינוט דארף א איד האבן אויף זיך א צייכן, אן אות, אז ער איז א קנעכט פאר'ן אייבערשטן. פארדעם גייען מיר מארגן אי"ה אנהייבן צו לייגן תפילין, ווי ס'שטייט "וקשרתם לאות על ידך", און די תפילין איז אן אות, א צייכן, אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קנעכט, און מיר זענען משעבד פאר אים אונזער הארץ און מח. יעצט שטעלט זיך די קשיא, אויב דארף מען האבן א צייכן יעדן טאג, פארוואס לייגט מען נישט קיין תפילין שבת?
בחור א’:
דאס איז דאך אן אפענע גמרא. די גמרא זאגט אין עירובין (דף צ"ה) אז וויבאלד שבת און יום טוב זענען שוין אליינס אן אות, מיט דעם וואס מען טאר נישט טון קיין מלאכה, און מ’מאכט קידוש וואס מ’זאגט עדות אויף בריאת שמים וארץ. וועגן דעם דארף מען אום שבת ויום טוב נישט לייגן קיין תפילין. אבער לענינינו, צוריק צו וואס כ'האב דיר געפרעגט. וואס טוט זיך מיט חול המועד?
בחור ב’:
בעצם שטעלן זיך שוין די ראשונים, צי מען דארף חול המועד לייגן תפילין. פון איין זייט איז חול המועד א חלק פון יום טוב, און יום טוב איז דאך למעשה אן אות - ממילא וואלט מען דאך נישט געדארפט לייגן תפלין. אבער פון די אנדערע זייט, מעג מען דאך מן התורה טון מלאכות אין חול המועד, אויב אזוי, איז דאך נישט דא קיין ספעציעלע אות אין חול המועד, איז פשטות דארף מען יא לייגן תפלין.
בחור א’:
גראדע, פון תוס' אין מועד קטן דף יט. קוקט אויס, אז וויבאלד ס'איז דא א מצוה צו עסן יעדן טאג חול המועד מצה, און מצה ווייזט דאך אז דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, ממילא איז דאך דאס אויך אן אות, דארף מען נישט לייגן תפילין אום חול המועד.
בחור ב’:
איך הער, קומט אויס, אז דאס צי מען דארף לייגן תפילין חול המועד אדער נישט, ווענדט זיך צי עס איז דא בכלל א מצוה צו עסן מצה חול המועד. יעצט, לויט א טייל ראשונים, און אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם (הלכות שבועות פרק ה הלכה ח) איז נישט דא קיין שום ענין צו עסן מצה א גאנץ פסח, די מצוה איז נאר די ערשטע כזית מצה פון פסח אויפדערנאכט. פון די אנדערע זייט לערנען אסאך ראשונים - און אזוי שטייט אין חזקוני, און אזוי פסק'נט דער חתם סופר (אין די תשובות, יו"ד סי' קצ"א), און אזוי שטייט אויך אין תפארת שלמה און אין חסד לאברהם און אין נאך חסיד'ישע ספרים - אז מיט יעדע כזית מצה וואס מ'עסט א גאנץ פסח, איז מען יא מקיים די מצוה פון "ששת ימים תאכל מצות".
בחור א’:
לאמיר עס איבערגיין בקיצור. דו זאגסט אזוי, אויב נעמט מען אן אז עסן מצה א גאנץ פסח איז א מצוה, וועט מען נישט דארפן לייגן תפילין חול המועד. אבער אויב האלט מען אז אכילת מצה א גאנץ פסח איז נישט קיין מצוה, דעמאלטס דארף מען יא לייגן תפילין אום חול המועד פסח, ווייל מ'דארף האבן אן אנדערע אות.
בחור ב’:
זייער גוט. וועגן דעם ווערט געברענגט אין ספר מעשה רב אין נאמען פון ווילנער גאון, אז וויבאלד לשיטתו איז יעדע כזית מצה וואס מען עסט פסח א מצוה, זאל מען וועגן דעם נישט לייגן תפילין חול המועד.
בחור א’:
אויב אזוי, אז מ'פסק'נט אז עסן מצה גאנץ יום טוב איז א מצוה, און פארדעם לייגט מען נישט קיין תפילין, ווייל מ'האט דאך שוין אן אות, פארוואס האסטו מיר פריער געזאגט אז דו גייסט לייגן תפלין חול המועד?
בחור ב’:
כדי צו פארענטפערן די שאלה, לאמיר מיר אריינגיין אביסל אין די סוגיא פון "מצות צריכות כוונה".
מיר פסק'ענען אז בשעת מען טוט א מצוה, דארף מען אינזין האבן אז מען טוט דאס פאר'ן אויבערשטן. און אויב האט מען נישט אינזין געהאט, איז מען נישט יוצא. למשל, אויב א איד זיצט אין די סוכה און ער האט נישט אינזין אז ער זיצט יעצט אין א סוכה, איז ער נישט יוצא די מצוה פון סוכה.
און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (או"ח סימן ס') אז מצות צריכות כוונה, בשעת מ'טוט א מצוה דארף מען אינזין האבן לשם ה', און אויב נישט איז מען נישט יוצא. אויך דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות שופר אז "מצות צריכות כוונה".
בחור א’:
דער רמב"ם האלט אז מצוות צריכות כוונה? דער רמב"ם זאגט דאך אין הלכות פסח (פרק ו הלכה ג) אזא הלכה: 'כפאו פרסיים לאכול מצה' - אויב ס'קומען גוים, און עפענען א איד'ס מויל און שטופן אריין א כזית מצה, איז די הלכה אז דער איד האט יוצא געווען. איז לכאורה האמיר דא א סתירת הרמב"ם, ווייל אז מ'שטופט אריין מצה פאר איינעם אין מויל, האט ער דאך זיכער נישט אינזין געהאט לשם די מצוה פון מצה. איז אויב האלט דער רמב"ם אז מצות צריכות כוונה, וויאזוי קען ער פסק'נען אז ווען מ'האט איינעם געצווינגען צו עסן מצה האט ער יא יוצא געווען?
בחור ב’:
גוט געפרעגט! דער באר מים חיים אין זיין ספר שער התפילה פרעגט ממש דיין קשיא, און ער ענטפערט מורא'דיג שיין. ער זאגט אזוי, יעדער איד וויל דאך מקיים זיין דעם רצון ה', וועגן דעם, ווען א איד טוט א מצוה וואס ער איז מחויב, למשל, ער עסט מצה פסח ביינאכט, זאגן מיר אז ס'איז "מסתמא לשמה", - ער האט זיכער אינזינען פאר די מצוה, און ער איז יוצא. פארדעם, כאטש מיר פסק'ענען אז "מצות צריכות כוונה", אבער אז מ'צווינגט א איד צו עסן א כזית מצה די ערשטע נאכט פסח, קענען מיר אננעמען אז מסתמא האט ער יא אינזין געהאט לשם מצוות מצה. - און אזוי שטייט אויך אין "מגיד משנה".
בחור א’:
לאמיר עס קלארער פארשטיין. ס'קומט אויס לויט דעם תירוץ פונעם באר מים חיים, אז די גאנצע זאך וואס אונז זאג מיר אז "מסתמא לשמה", מסתמא האט ער אינזינען געהאט פאר די מצוה פון מצה, איז נאר דוקא די ערשטע נאכט פסח וויבאלד עס איז דא א חיוב. אבער אלע אנדערע טעג פון פסח, אפילו מיר זאלן וועלן זאגן אז עס איז דא א מצוה צו עסן מצה, איז אבער נישט דא קיין חיוב - מען מוז נישט עסן מצה, קען מען נישט אננעמען אז מסתמא האט ער אינזין. שטימט?
בחור ב’:
געוואלדיג!
בחור א’:
איך מיין אונז זעמער פארקראכן אביסל, מ'האמיר גערעדט פון לייגן תפלין חול המועד?
בחור ב’:
הער אויס א מינוט. דער ב"ח (אבן העזר סי' א', קונטרס האחרון - חושן משפט סי' ז') פרעגט אזא שאלה, אויב איז אמת אז אונז, וואס אונז ווער מיר היינט דרייצן יאר אלט, זענען שוין מחויב מיט אלע מצוות, שטעלט זיך דאך א קשיא: די ערשטע מצוה אין די תורה איז דאך פרו ורבו, מען זאל חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, איז פארוואס שטייט אין די משנה "בן שמונה עשרה לחופה"? לכאורה וואלט געווען א חיוב אז מען זאל מקדש זיין א פרוי די ערשטע טאג וואס מען איז בר מצוה?
ענטפערט דער ב"ח, אז דער סיבה איז וויבאלד מיר נעמען אן אז מצוות צריכות כוונה, און ביז מען ווערט אכצן-ניינצן יאר אלט, איז דאך דער דעת פון א מענטש נישט הונדערט פראצענט קלאר, דאס מיינט אז כאטש מען ווערט א 'גדול' ביי די בר מצוה, פארט אבער האט מען נישט דעם ענין פון 'כוונה' אז אלע פעולות וואס מען טוט זאלן זיין לשם שמים. (אזוי זאגט אויך דער הייליגער בני יששכר אין דרך פיקודיך מצוה א' חלק המחשבה אות א'). דאס איז די סיבה פארוואס מען האט נישט חתונה ביז מען ווערט אכצן-ניינצן יאר אלט, וואס דעמאלטס איז דער מחשבה און דער דעת אסאך מער בשלימות.
בחור א’:
אה, יעצט פארשטיי איך שוין.
ווייל באמת איז דא א מצוה צו עסן מצה גאנץ פסח, און וויבאלד עס איז דא א מצוה צו עסן מצה גאנץ פסח, וואלט מען לכאורה געדארפט זיין פטור פון תפילין. אבער היות צו מקיים זיין די מצוה פון עסן מצה גאנץ פסח פעלט דאך אויס א ספעציעלע כוונה - ווייל איך זאג דאך נישט מסתמא לשמה, אזוי ווי מ'האמיר געשמועסט אז נאר די ערשטע נאכט נעם איך אן אזוי.
קומט אויס, אז אויב האט איינער נישט אינזין איין טאג חול המועד מקיים צו זיין די מצוה פון "ששת ימים תאכל מצות", האט ער נישט יוצא געווען די מצוה פון מצה, איז דאך די מצה נישט קיין אות פאר יענעם טאג. און אז די מצה איז נישט קיין אות? דארף מען דאך לייגן תפלין צו האבן אן אות אנשטאט דעם.
בחור ב’:
זייער שיין צולייגט. וועגן דעם האבן אונזערע רבי'ס אנגעזאגט אז בחורים זאלן יא לייגן תפילין חול המועד, ווייל דער ב"ח זאגט דאך אז אלס בחור האט מען נישט קיין דעת צו מכוון זיין די מצות, און אז מ'איז נישט מכוון דעם מצוה, האט מען דאך נישת יוצא געווען די מצוה פון מצה, און אז מ'האט נישט יוצא געווען די מצוה פון מצה, האט מען דאך נישט קיין אות, פארדעם דארף א בחור יא לייגן תפלין חול המועד!
בחור א’:
לאמיר מסיים זיין מיט א שבח והודי' צו השי"ת, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, אז פון יעצט און ווייטער וועלן מיר בעזר השי"ת קענען מקיים זיין די מצוות פון השי"ת, אלס א "מצווה ועושה", און ווי באקאנט זאגן דאך די הייליגע חכמים אז "גדול המצווה ועושה", אז דאס חשיבות פון איינעם וואס איז א "מצווה ועושה" איז אסאך גרעסער ווי איינער וואס איז "אינו מצווה ועושה", און דער ים של שלמה זאגט, אז דאס איז דער ענין און די גרויסע שמחה פארוואס מ'מאכט א סעודת בר מצוה ווען מען ווערט דרייצן יאר אלט.
בחור ב’:
איך וויל אויך אויסדרוקן א הארציגן דאנק פאר מיינע טייערע און חשוב'ע עלטערן עד מאה ועשרים שנה, וואס זיי האבן זוכה געווען צו דערגרייכן דעם יעצטיגן מאמענט פון די שמחה של מצוה. השי"ת זאל זיי געבן געזונט און כח צו קענען פולשטענדיג ערפילן זייער שטרעבונג, זיי זאלן זען שמחה ונחת ביי אלע זייערע קינדער בכלל ובפרט, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
בחור א’:
לאמיר האפן אז אונזערע עלטערן און אלע זיידעס און באבעס זאלן האבן פון אונז אסאך אידיש נחת, און מיר זאלן זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו אמן.

זייער שיין. ביטע ברענגען דעם לשון פון מעשה רב אז עס איז פארבונדן שיטת הגר"א פון מצה כל שבעה מיט נישט לייגן תפילין חוה"מ. כ'האב עס נישט געטראפן
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך...פאר מער זעהדא