כ'האב שוין אזויפיל געליינט און געהערט איבער די שווערקייט פון זיין א מענעדזשער העכער עטליכע ארבעטער, און אויך די צד שני וויפיל ארבעטער קענען מיטמאכן ל"ע פון שווערער מענעדזשערס.
אצינד איז געקומען מיין צייט צו זיין אויף דעם פאזיציע. אקעי נישט ממש יעצט נאר א שיינע שטיק צייט צוריק... אדערווייל פארט אלעס על מי מנוחות, זאל דער באשעפער ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט.
מיין שאלה איז: וואס זאל איך זיכער מאכן 'יא' אדער 'נישט' צו טוען, כדי צו געבן מיין אידישע ארבעטער דאס בעסטע עקפיריענס מעגליך?
כ'וועל דיר ציטירן אויסצוגן פון א צעטל ביי מיר אין אפיס וואס ווערט געליינט דורך די איינגעשטעלטע - כמובן מיט טעכנישע טוישן.
די סלאגאן פון די ביזנעס – לאמיר זיין אפן!!! דאס איז דער יסוד היסודות וואס איבערדעם דרייעט זיך די גאנצע ווערטשאפט אין ביזנעס. דאס הייסט, דו האסט עפעס צו פרעגן? האסט עפעס צו מעיר זיין און אויפמערקן?, האלטסט אז מען מעג זיך פארבעסערן אין א געוויסע הינזיכט? האסט געהערט גוטע פידבעק? האסט געהערט שלעכטע פידבעק? האסט עפעס צובראכן בטעות? האסט עפעס צובראכן במזיד? כ'בין מסופק ווי אזוי צו האנדלען די און די סיטואציע? כ'בין אין די גיסטע פון טון די און די פונקציע? כ'בין נישט אין די גיסטע פון ארבעטן היינט? כ'בין אין די גיסטע פון די און די תאוה היינט? כ'וויל פראטעקציע אין די און די הינזיכט? כ'בין נישט צופרידן צו זיין מיט דער און דער ארבעטער? וכו' וכדו' וגו' א.ד.ג. א.א.וו. ETC. לאמיר זיין אפן! זאג עס ארויס! מאידך גיסא וועט מען פון די ביזנעס מענעדזשמענט אויך זיין זייער אפן אי"ה, אויב דער מענעדזשער וועט האבן קריטיק וועט ער עס זאגן אפן אן קיין רמזים! אויב וועט ער נישט זיין צופרידן פון עפעס וועט ער עס זאגן!, קומט אויס אז ווען ער קאמפלימענטירט עפעס מיינט ער עס אויך אמת'דיג ווייל דא איז מען זייער אפן!
אט דער קלארער כלל מאכט אסאך גרינגער די ארבעט פון אלע זייטן , די ביזנעס דארף נישט מורא האבן אז מען וועט זיך זעהן סטאק ווייל איין ארבעטער וואס האט מיסברויכט זיינע פונקציעס האט געמאכט א שווייג און יעצט איז מען אין דיטש.
ר'@בניהואון ר'@באנאנאאון ר' איך הייק האבן עס קורץ און שארף גוט ארויסגעברענגט.
(כ'שרייב עס מיט א בליק פון ביידע זייטן פון די מטבע, ואכמ"ל)
ווי קלארער די אנווייזונגען פאראויס, אלס בעסערע רעזולטאטן
טראכט נישט אז עפעס דארף מען אליין פארשטיין/וויסן
גיב דיין ארבעטער ספעיס, און די מעגליכקייט צו טון זאכן לויט זיין אייגענע געשמאק, [שטייצעך חוץ אויב ס'שטערט די ביזנעס, און אייל זיך נישט צו זאגן אויף זאכן/סטייל אז ס'שטערט די ביזנעס]
ר'@אפגעגאלט איך וועל נישט פארטיג ווערן מיט לייקן דו קומסט אריין שוין די צווייטע מאל מיט דברים קולע אל השערה נעם עס אלס גילוי דעת אויף ווייטער, חוץ ווען כ'וועל מחולק זיין...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול. אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך