ווייסעך נישט וויאזוי צו שטימען אויף דעם אנקעטע, אבער דאס איז מיין מיינונג:
וועם יא איז זייער שווער צו זאגן, היות עס איז דא אסאך זאכן וואס מען וויל קוקן אין א וויצע, עס איז דא דער זאך אז יענע זאל צוברענגן א געוויסע דעמאגראפיק פון וואוטער'ס וואס וואלטן סתם אזוי נישט געוואוט פארן פרעזידענט, דערנאך איז דא דער געדאנק אז סוף כל סוף וועט יענע דארפן זיין די ממלא מקום פונעם פרעזידענט סיי אויב עפעס גייט Wראנג אבער בעיקר אין 2028 און אז נישט וועט זיין א בלוטיגע פריימערי אים ארויסצושטויסן.
במילא איז מיר לכאורה אסאך גרינגער צו זאגן וועם איך וואלט לכתחילה נישט געוואלט אז טראמפ זאל אויסוועלן, (הגם קיין איינס פון די אויבערדערמאנטע וועט מיר נישט מאכן טוישן מיין שטימע, אבער וועט זיכער יא טוישן די בליק און אפטעמיזם איבער די קומענדיגע אדמעניסטראציע).
טים סקאט- ער האט די מעלה זייענדיג א מינאריטעט און א שטיקל געשמאקע מענטש, גענוג שטיל נישט איבערצונעמען טראמפ'ס אטענשען.
איך וואלט אים אבער נישט געוואלט זעהן אלץ וויצע צוליב עטליכע סיבות, קודם איך גיב אים קרוב צו זירא טשענסעס ער זאל קענען געווינען אין 2028 נישט נאר די דזשענערעל נאר אפי' נישט די פריימערי, און אויב מאכט זיך עס יא איז ער צו רעליגיעז קאפ אין וואנט צו באווייזן צו געווינען א דזשענערעל עלעקשען. פעלט ענטויזיאזים ווען ער רעדט. און נאך.
אין קורצן, איך האב נישט ליב זיין פערסענעליטי.
קריסטי נועם- זי האט די מעלה פון זיין א פרוי, קענען ענדישער רעדן צו פרויען וויילער וואס טרענדן לינקס, שטעלט זיך אהער קאנסערוואטיוו, האט ענטויזיאזים צו אויפהייטערן די מאסן אבער גענוג אין די זייט נישט איבערצונעמען די ספאטלייט, און איך וואלט איר געקענט (כאטש אין א ווייטע מציאות) זעהן געווינען אין 2028.
איך וואלט איר אבער נישט געוואלט זעהן אלץ וויצע צוליב די איינע סיבה וואס ווייניג גראדע ווייסן, זי האט שטילערהייט געוויטאוט אין סאוט דעקאטע עטליכע שטארקע קאנסערוואטיווע פריאריטעטן בילס, און אזוי אויך איז זי כסדר נישט אויפן זעלבן פעידזש מיט די סטעיט פרידאם קאוקוס אינעם סאוט דעקאטע לעגיסלאטור, און לדעתי דארף די קומענדיגע דור מאגא רעפאבליקאנער זיין מענטשן וואס זענען אלץ דא מיטן ציהל צו ארבעטן צוזאמען און נישט פאלן פאר די עסטעבלישמענט און מידיע פחדים איבער בילס וכדומה. (יא איך ווייס אז טראמפ אליין איז נישט אזוי...)
טאלסי גאבארד- זי האט די מעלה אז זי איז א פרוי, קען שטארק אויסנעמען ביי פרויען וויילער, איז א געוועזענע דעמאקראט און רעדט שטארק צו רעיגען דעמאקראטן און דיסאינפעקטעד דעמאקראטס, איז אבער גענוג שטיל.
איך וואלט אבער קיינמאל נישט געוואלט איר זעהן אלץ וויצע, קודם כל איז זי נאך צו לינק אויף אסאך אישוס בעיקר אין מאניטערי/פיסקעל זאכן, די גאנצע איר זיין מער קאנסערוואטיוו איז בעיקר אויף סאציאלע אישוס וואס זי איז סה"כ געבליבן נארמאל, אנדערש ווי רובא דרובא דעמאקראטישע פארטיי וואס איז געגאנגען אינגאנצן משוגע, אבער פון דארט צו זאגן אז זי איז א פיסקעל קאנסערוואטיוו און קעגן ביג גאווערמענט איז אבסורד, יא זי איז אביסל פופוליסטיש געשטימט אבער דאס קען נאך גיין אויך מיט בערני סענדערס אינאיינעם (וואס טאקע געוויסע פון זיינע שטיצער זענען אריבער צו טראמפ), א חוץ פון דעם וואס די רעדסט דא פון איינע וואס איז געווען די ווייס טשעיר פון די דעמאקראטישע פארטיי.
אין קורצן, איך בין פערזענליך זייער סקעפטיקעל איבער איר.
גראדע האלט איך שטארק אז גאבארד זאל לויפן פאר סענאט אלץ אינדעפענדעט אין האוואי, די רעפאבליקאנער פארטיי זאל נישט ארויסשטעלן איינעם צו לויפן (אזוי ווי די דעמאקראטן האבן געטוהן אין יוטא), איך האלט אז זי האט גאנץ גוטע טשענסעס צו עס מאכן דארט, חוץ אויב זי איז פארפיינטעד היינט דארט, איך ווייס נישט די מציאות.
אלע אנדערע קאנדידאטן דערמאנט אינעם אנקעטע האב איך נישט דווקא קיין מיינונג אויף נישט (חוץ רוביא וואס איך ווייס אבער אליין נישט עכט פארוואס), איך האלט אבער גראדע אז טראמפ וועט נעמען איינעם וואס מען טראכט בכלל נישט אזוי ווי אין 2016.