וועלקאם בעק

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

וועלקאם בעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.






א גוטע וואך, וואס מאכסטו, טייערער פריינט מיינער,
מ'האמיר שוין אכט גאנצע טאג נישט פארבראכט,
איך האב געפראוועט פרייהייט מיט א פראכט,
א ליכטיג פרייליכע צייט, ווי זיס און שיין.
דיין צוציונגס-קראפט, שוין גאנץ אפגעשוואכט,
אבער ווי אלעמאל, צום סוף צוריק קומט די נאכט,
קום איך ווידער, פאר נאך א פארברענגען, א קליינער,

ענדליך זעמיר אליינס, עס קומט נישט שטערן קיינער,
אז דו שמייכלסט צוריק צו מיר, אזוי מיר זיך דאכט,
גלייב מיר, איך האב פון דיר, אסאך געטראכט,
אבער אויסגעוועלט נישט צו דיר צו גיין.
געווען פרייליכע, גוטע, דערהויבענע טעג אכט,
מצות געגעסן ב"ה, און אומצאליגע ניס געקראכט,
די נשמה דערהויבן, גאר העכער ווי די הויט און ביינער,

זיך ארויסדערזען פון די טיף קריצנדע מצרי'שע ציינער,
נאך פילע יארן, וואס מיר האבן ביטער געשמאכט,
אבער פון אויבן, דער אויבערשטער, ער וואכט,
און קוקט אויף זיין פאלק הייליג און ריין.
מיט שפאט, פון די מצרים, האבן מיר געלאכט,
זיך קריגן מיט גאט, וועט שוין פרעה, געבן אבאכט,
דעם וואסער געשפאלטן, שפאצירט, ווי אויף שטיינער,

איך געדענק מיר האבן א בונד, א טיפער און א פיינער,
און דו ווייסט, כ'וואלט דיר גענומען, איבער א יאכט,
איי כ'האב קיין ניטאמאל געעפנט דעם שאכט,
ס'איז געווען פסח, דארפסט פארשטיין.
און גלייכצייטיג קוק, איך געווין, אינעם שלאכט,
ציגארעטל מיינס, איך ווייס, אז איך האב די מאכט,
און איך בין שטערקער ווי די צוציאונגס-קראפט דיינער.





.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: וועלקאם בעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שיין שיין!
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

נישט אקטיוו.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6209
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: וועלקאם בעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואה! @טינט מיט א מעסטער פיעס פון פאעזיע. דאס הייסט טאלאנט!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: וועלקאם בעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

@טינט וועלקאם בעק! @ציגארטעל איי דאנט קנאו יו.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: וועלקאם בעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אלץ אן אמבעסאדער פון פיליפ מאריס אליין איז מיר שווער צו אנערקענען דעם טאלאנטפולער פאעזיע, אבער גוט איז גוט!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”