בא'גנב'ענען די גאנצע שטאט. וואס איז די היתר?!
מי שהיתה דרך הרבים עוברת בתוך שדהו נטלה ונתן להם מן הצד מה שנתן נתן וזכו בו וזה שנטל לא זכה בו.
(מצר שהחזיקו בו רבים ברשות אסור לקלקלו) (מרדכי דבבא מציעא): (חו"מ שעז, א)
א סיידוואלק וואס דער גאנצער עולם וואקט, באלאנגט פאר'ן גאנצן שטאט.הגה: וכן מעכבין זה את זה שלא להשתמש במבוי רק בדברים שדרך להשתמש במבואות (טור בשם הרמב"ם פ"ה דשכנים): (חו"מ קסב, ג)
אויב איינער נעמט עס אוועק, שלא ביושר, און שלא עפ"י דינא דמלכותא, דארף בעטן מחילה פון די גאנצע רבים וואס ער האט בא'עוול'ט.
איך וויל בעטן פון אלע וואס האבן ארויסגעבויעט אן א פערמיט, און/אדער לייגן ארויס בעקסעטס, קאנטעינערס, שענק, טווילערס, עלעקטעראנישע ביציקלעך, צייטונגען, באקסעס וכו' וכו', אינמיטן א דרך הרבים, שלא ביושר ושלא עפ"י דינא דמלכותא, זאלן זיין אזוי גוט און מיר באצאלן פאר'ן אפבלאקן מיין גאס, און מאכן אוממעגליך דורכצוגיין דארט אן ווארטן עטליכע מינוטן.
צום ווידערזען ביים לשכת הבי"ד.