פרוביר!
ברודערל, ביסט געפאלן?
ס’נעמט דיך שוין ארויס דעם גאל’ן
שוין צופיל מאל געהערט דעי נקודה
אז עצבות איז די שלעכסטע מידה
אבער ס’גייט ניש,
יעדע מאל פון פריש
איך טראסקע
מיט א שיינע מאסקע
איך שאץ דאס
פון עצבות
אבער עס איז נישט ער
עס איז דער שלעכטער יצר!
ס’דא אזא זאך ווי מידות,
אבער דיפרעש”ן, וואס איז דאס?
א פשוט’ע שלעכטע מלאך
ער וויל דיך מאכן אלט ווי קאלעך..
זאלסט מער נישט פילן קיין טעם
דעיס איז סם!
נישט סתם
א גראם!
שטעל דיך אויף!
נעם דיך צונויף!
געווין דעם fight!
מיט א שטארקייט!
לאז דיך נישט נאך
ס’ווערט א זאוועראך...
ער וויל זאלסט ווערן שטייטער...
דו טוה עפעס ווייטער
געב דיך א רוק
קוק נישט אויף צוריק
דאס איז טאקע נישט קיין חדשות
אז כל ההתחלות קשות
אבער ווי מער
עס איז שווער
צו נעמען די געווער.
אלץ גרעסער
איז די שכר זיכער.
הבא ליטהר
זכותו אין לשער
איך רעד ווי א גאנצע פארשטייער..
עס איז חז”ל, די ווערטער זייער.
פרובירן איז די שענסטע
אפילו, די טריט די קלענסטע
אין הימל ווערט א רעש
עס ברענגט הש-
פעות, פיל מיט נאש
די נשמה א אויס’וואש
פרוביר צו פרובירן
זאכן וועלן זיך אנהייבן רירן
וועסט זיך בעסער שפירן
ס’וועט דיך ווייט ווייט פירן
ס’וועט עפענען גרויסע טירן
שיינע צייטן וועלן פאסירן!
נאר, פרוביר!
ס’נעמט דיך שוין ארויס דעם גאל’ן
שוין צופיל מאל געהערט דעי נקודה
אז עצבות איז די שלעכסטע מידה
אבער ס’גייט ניש,
יעדע מאל פון פריש
איך טראסקע
מיט א שיינע מאסקע
איך שאץ דאס
פון עצבות
אבער עס איז נישט ער
עס איז דער שלעכטער יצר!
ס’דא אזא זאך ווי מידות,
אבער דיפרעש”ן, וואס איז דאס?
א פשוט’ע שלעכטע מלאך
ער וויל דיך מאכן אלט ווי קאלעך..
זאלסט מער נישט פילן קיין טעם
דעיס איז סם!
נישט סתם
א גראם!
שטעל דיך אויף!
נעם דיך צונויף!
געווין דעם fight!
מיט א שטארקייט!
לאז דיך נישט נאך
ס’ווערט א זאוועראך...
ער וויל זאלסט ווערן שטייטער...
דו טוה עפעס ווייטער
געב דיך א רוק
קוק נישט אויף צוריק
דאס איז טאקע נישט קיין חדשות
אז כל ההתחלות קשות
אבער ווי מער
עס איז שווער
צו נעמען די געווער.
אלץ גרעסער
איז די שכר זיכער.
הבא ליטהר
זכותו אין לשער
איך רעד ווי א גאנצע פארשטייער..
עס איז חז”ל, די ווערטער זייער.
פרובירן איז די שענסטע
אפילו, די טריט די קלענסטע
אין הימל ווערט א רעש
עס ברענגט הש-
פעות, פיל מיט נאש
די נשמה א אויס’וואש
פרוביר צו פרובירן
זאכן וועלן זיך אנהייבן רירן
וועסט זיך בעסער שפירן
ס’וועט דיך ווייט ווייט פירן
ס’וועט עפענען גרויסע טירן
שיינע צייטן וועלן פאסירן!
נאר, פרוביר!