לאמיר זען עטליכע סטאקס וואס די מארקעט האט מעגליך ארויס ראנג און די סיבות דערצו.
די קאמפאני CVS איז לעצטנס זייער געפאלן נאך א אוירנינג מיס. די מארקעט נעמט פאלש אן די סיבה דערפון, זי האלט אז CVS איז די לעצטע פון די קייט-נעץ פארמאסי געשעפטן וואס זענען נאכנישט צוזאמגעפאלן, אבער נאך אביסל וועט זי האבן די זעלבע גורל ווי rite-aid און Walgreens, וואס זענען אין די אדמה צוליב די אויפשטייג פון mail order און פארמאסי אפטיילונגען אין די גרעסערע געשעפטן ווי וואלמארט, טארגעט, און עמעזאן.
די עווערידש מארקעט קעפ פון די זעקס טייערסטע פון די איז 269 ביליאן און די עווערעדזש יערליכע רעוועניו איז 25 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 11 מאל רעוועניו. דאקעגן איז די עווערידזש מארקעט קעפ פון די זעקס ביליגערע 166 ביליאן און די עווערידזש רעוועניו איז 47 ביליאן. ד.מ. אז די מארקעט קעפ איז 3.5 מאל די רעוועניו.
די אוירנינג מארדזשינס זענען גאר ענליך ביי די אלע פירמע'ס.