Re: די נעט-פרי (NETFREE) פילטער
אזוי אויך ביי מיר געשעט אייביג ווען איך וויל סיי וואס סיערטשען איז דא אזעלכע שורות פון שווארצע פינטלעך ווי כאילו יעדע ריזאלט לאוד זיך עקסטערנייע ניק האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:13 pmס'איז א באקאנטע פראבלעם פון נעטפרי און כ'האלט אז זיי מוזן זעהן דאס צו טוישן ווי אומשנעלסטן!
כ'מיין אז ס'נישט קיין קאמפיוטער פראבלעם נאר ענדערש א פילטער פראבלעם.. אן אנדערע קאמפיוטער וועט גארנישט העלפן לדעתי. ס'ביי יעדעם די זעלבע, נאר איינער סירטשט מער און איינער ווייניגער אדער אויף אנדערע סייטס וכדו'.
אין פאל מ'באקומט א מעסעדז אז מ'האט אריינגעשיקט צופיל בילדער זאל מען נישט צופיל ריפרעשן די פעידז דאס וועט דאס נאר מאכן נעמען לענגער, סנעמט בע' 10 מינוט ביז ס'גייט פארריבער און מ'זאל ענדערש קליקן "רילאוד אימעדזעס" -לדעתי.
אלס איינער וואס סירטשט אפט פאר אייטעמס אנליין קען איך זאגן אז ביי מיר איז בדרך כלל עמעזאן שנעלער ווי וואלמארט, טארגעט וכדו'.
פאר איינער וואס זיין עיקר באנוץ אויף די אינטערנעט איז שאפן אנליין איז טאקע זייער שווער די פילטער צוליב דעם וואס אנליין שאפינג סייטס ענהאלטן געווענליך גאר אסאך בילדער אויף יעדע פעידז. רוב מענטשן איז זייער באנוץ אויפן אינטערנעט טאקע נישט אויף שאפינג סייטס נאר געווענליכע סייטס און ביי געווענליכע סייטס נעמט עס טאקע נישט צו לאנג ביז א בילד ווערט געעפענט.
"ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים ווייל מאתו לא תצא הרעות, אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן מיר ווילן זען מיט די אייגענע אויגן דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס"