אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע:El Paso Taxes

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

פוילישער מבין האט געשריבן:
האב איך געוואלט פרעגן די עולםפון ווי קומט דאס אז אין אידיש רופט מען א גרויסער ציבור מיטן ווארט עולם?
בדרך צחות: המשפיע ר'אלימלך בידערמאן
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

יש הנאה האט געשריבן:
פוילישער מבין האט געשריבן:
האב איך געוואלט פרעגן די עולםפון ווי קומט דאס אז אין אידיש רופט מען א גרויסער ציבור מיטן ווארט עולם?
אפשר קומט דאס פונעם פסוק; הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם, ווען א מענטש שטייט און ווארט אויף א 10טער צום דאווענען, ׳נו.. וואו איז דער עולם?׳ אדער איינמאל דער ׳עולם׳ איז דא ווערט אן עולם, נישט אזוי? וואס זאגט דער עולם?
זייער מסתבר אז עס קומט פון דעם.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע שפריכווערטער זייער מקור און באדייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פוילישער מבין האט געשריבן:
אן אלטע געליציאנע שפריך ווארט: א פלאקן שיסער.

באדייט.א שלימזל
מקור.אן אלטע געליציאנע שפריך ווארט
הינטערגרונד.פונקט ווי ווען איינער פראבירט צו שיסן פלאקן [פעדערן - פאר'ן נייעם דור] וועט ער נישט מצליח זיין, אזוי אויך איז מיט דער שלימזל.
ש'כח, קיינמאל געהערט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
פוילישער מבין
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 2:03 pm

Re: אידישע אויסדריקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער מבין »

דריידל האט געשריבן:
קען איינער ארויסהעלפן?
כח און מח האט געשריבן:
צ\ק
דריידל האט געשריבן:
ענטפער ביטע עפעס זאכליך, נישט סתם איינווארפן א פלאקן.
וואס מיינט א פלאקן? ווי קויפט מען עס? ווי אזוי ווארפט מען עס? ווער כאפט עס?

איין זאך האב איך פארשטאנען, אז א פלאקן איז נישט זאכליך...
פלאקן מיינט פעדערן זעה דא
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

לעצטענס באמערקט אפאר אינטערעסאנטע מקורות פאר אידישע אויסדרוקן:

א. דעם אויסדרוק חזנים זענען נערנים, לכאורה שטאמט די מקור פון א פסוק!

ביי שאול המלך שטייט אין פסוק יֹדֵעַ נַגֵּן וְגִבּוֹר חַיִל וְאִישׁ מִלְחָמָה וּנְבוֹן דָּבָר.
איז דער מלבים מסביר אזוי:
ונבון דבר: וגם זה נגד הרגיל במשוררים שנשלמים בדמיון וחסרי ההשכל האמתיי לרוב, ולזה לא היו בעלי השכל ועצה משוררים, כי אם על המעט.

לכאורה פון דא שטאמט דעם אויסדרוק חזנים זענען נערנים!

ב. דעם באקאנטע אידישע ווארט "אוי וויי", שטאמט אויך פון א פסוק און א תרגום.
דער תרגום אויף "אוי" (מלשון צער) איז אייביג "ווי" (וואס ווערט געזאגט מיט א צירי).
לדוגמה במדבר כ"א, כ"ט:
אוי לך מואב
זאגט דער תרגום:
וָי לְכוֹן מוֹאֲבָאֵי

לכאורה פון דא שטאמט דעם אוי וויי!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש.
די מקור דערפון איז א גמרא אין סנהדרין (כג) אז די נקיי הדעת אין ירושלים האבן זיך נישט געזעצט עסן נאר אויב זיי האבן געוואוסט וועלכע (ערליכער) מענטש זיצט דארט.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

אויף אלע גויים געזאגט:

זאלסט זיין ווי א טשענדעלער,

הענגען ביי טאג און ברענען ביי נאכט.

קרעדיט: רעביי ווייוויי דשעקאבסאן.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 4:31 pm

הענגען ביי טאג און ברענען ביי נאכט.
די מקור דערפון איז לכאורה פון הלכות קדשים.
אדער: געוויסע קרבנות האבן געהאנגן בייטאג אויף די 'טשוואקן' און ביינאכט האט מען עס פארברענט.
אדער: אויב עס ווערט קדשים תלוי (ספק קדשים וכו') אין שבת. 'הענגט עס בייטאג און עס ברענט ביינאכט'.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 4:31 pm
אויף אלע גויים געזאגט:

זאלסט זיין ווי א טשענדעלער,

הענגען ביי טאג און ברענען ביי נאכט.

קרעדיט: רעביי ווייוויי דשעקאבסאן.
אין בעלזא פלעגט מען הענגן די חמץ אויף א טשענדלער, אבער דארט פלעגט ער הענגן ביינאכט און ברענען בייטאג..
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דאס ווארט 'קארגער' אדער 'קארגשאפט' איז בעצם אין אראמישע ווארט.

די גמרא זאגט אין בבא מציעה לט. בורח מחמת הכרגא. דאס מיינט אז ער האלט נישט ביים באצאלן (שטייערן וכדומה).
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

די אויסדרוק ''א שוסטער גייט מיט צוריסענע שיך''.

אפשר פון די גמ' אז ''כל העולם ניזון בשביל חנינא בני וחנינא בני דיו קב חרובין מע"ש לע''ש''.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

וואס איז פשט און די אויסדריק,
אז דער אייבערשטער וויל שיסט א בעזום?


וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז נישט פארשטענדליך? ווען טבע פירט זיך ווי טבע, קען א בעזעם נישט ארויסשיסן קיין קוילן, כאטש ס'איז א שטעקן ווי א ביקס. אבער אז דער אויבערשטער וויל, קען דער בעזעם יא שיסן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 12:30 pm
א. דעם אויסדרוק חזנים זענען נערנים, לכאורה שטאמט די מקור פון א פסוק!
ס'שטאמט פון דער וואס האט נישט געקענט דאווענען אבער האט דאך געוואלט ווערן א חזן, פלעגט אים דער ראש הקהל בארואיגן, יענער איז טאקע א גרעסערע שוטה פון דיר אבער וואס זאל איך טון אז ווען ס'קומט צו דאווענען קען ער בעסער פון דיר...
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

איז דא עפעס א מוסר הסכל,פון די אויסדריק,
אז מען האט שוין דער שופר אין דעם האנט, בלאזט מען?


וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

יוחנן כהן האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:20 pm
איז דא עפעס א מוסר ה ש כל,פון די אויסדריק,
אז מען האט שוין דער שופר אין דעם האנט, בלאזט מען?
הונדערט פראצענט! אויסנוצן יעדע געלעגנהייט.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אפגעטון אויף טערקיש.


''שוויצט ווי א טערק'' שרייבט @קרעמער אז ס'קומט פו דעם וואס זיי גייען טערקישע טליתים.

טערק
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:52 pm
אפגעטון אויף טערקיש.


''שוויצט ווי א טערק'' שרייבט @קרעמער אז ס'קומט פו דעם וואס זיי גייען טערקישע טליתים.

טערק
פילייכט אזוי ווי מ'שוויצט נאך א הייסע טערקישע קאווע.

אדער גאר אפשר שוויצט א טערקי (אינדיק)? גיי ווייס.
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:45 pm
שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:52 pm
אפגעטון אויף טערקיש.


''שוויצט ווי א טערק'' שרייבט @קרעמער אז ס'קומט פו דעם וואס זיי גייען טערקישע טליתים.

טערק
פילייכט אזוי ווי מ'שוויצט נאך א הייסע טערקישע קאווע.
א טערקישע קאווע איז נישט טערקיש
ס'איז אראביש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין גמרא (מגילה יג,ב) געפינען מיר אז בגתן ותרש האבן גערעדט בלשון טרסי. וואו איז דאס טרס? ס'איז אנגענומען אז דאס באציט זיך צו טארסוס , א שטאט אין דרום טערקיי. אין תרגום אויף תהלים ווערט אויך "תרשיש" פארטייטשט צו טרסוס.

האב איך געזאגט פאר עמיצן אז מעגליך קומט "טערקיי" פון "טרס". און אויב יא, נאכ'ן זען די מעשה מיט בגתן ותרש, פארשטייען מיר שוין פארוואס מ'זאגט "רעדן טערקיש" און "אפטון אויף טערקיש".

א בוכשטעבליכע פורים תורה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:46 pm
א טערקישע קאווע איז נישט טערקיש
ס'איז אראביש
און א טערקישע טלית איז יא פון טערקלאנד?..
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:56 am
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:46 pm
א טערקישע קאווע איז נישט טערקיש
ס'איז אראביש
און א טערקישע טלית איז יא פון טערקלאנד?..
טערקיי


וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע אויסדרוקן און שפריכווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:20 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:56 am
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:46 pm
א טערקישע קאווע איז נישט טערקיש
ס'איז אראביש
און א טערקישע טלית איז יא פון טערקלאנד?..
טערקיי


אגב ס'קומט נישט ארגינעל פון טערקיי
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”