פארשידענע מנהגים ביים סדר

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טעראוויטש
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2024 1:05 am

פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראוויטש »

איך בין מעתיק אפאר מנהגים פון איינע פון די פסחדיגע אויסגאבעס וואס מענטשן האבן אריינגעשיקט, און מען בעט די עולם זאל צולייגן

1. מיר ניצן נאר קריסטעלנע בעכערס

2. יעדער גיסט אריין אין די כוסות של אליהו פון די דריטע כוסות און באקומט פון די כוס של אליהו פאר די פערטע כוס

3. פאר מען הייבט אן מגיד גייט די ראש המסובים ארום די טיש האלטענדיג מצה אויף זיין ריקן צו ווייזן אז אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים טייל פון די מענער און קינדער גייען אונטער אים

4. די ראש המסיבים האט נישט אן א קיטל (ראש השנה האט ער יא) און מיר ניצן מאשין מצות אגאנץ פסח אזוי אויך ביים סדר, מיר ניצן דריי מצות פאר כהן דריי פאר לוי און דריי פאר ישראל

5. נאר די ראש המסיבים זאגט הויעך די הגדה אלע זאגן מיט שטיל

6. מען גרייט אן כוסות פאר גאר קליינע קינדער אפילו זיי קענען נאכנישט טרינקען פון דעם און ביי די מכות גיסט מען אראפ פון דעם

7. מיר פירן זיך צו לייגן די סימנים דירעקט אויף די מצות, און מען לייגט אלע דריי מצות איינס אויף די אנדערע אן קיין הפסק, און מען דעקט איבער די גאנצע מעשה מיט די מצה דעקל

8. אלע מענער האבן א קערה נישט נאר די ראש המשפחה

9. מיר הענגן אויף די צירינג אויף די לייכטער

10. מיר האבן א מסורה צו עסן כרפס גרעסער ווי א כזית

11. ביי הא לחמא קומט יעדער צום אויבן אן און הייבט אויף די קערה צוזאמן

12. מיר עסן נאב סעלערי פאר כרפס

13. מיר פירן זיך נישט צו גנב’נען די אפיקומן אזוי אויך זינגען מיר נישט די חד גדיא פזמון סוף סדר. די צווייטע נאכט גייט מען אין שיל ציילן ספירה נאך אנגעטון מיטן קיטל, נאכפאלגענדיג מיטן טאנצן א ספעציעלע פסחדיגע ספירה ניגון

14. ביי חסל סידור פסח גייען מיר ארויס אינדערויסן טאנצן

15. מיר שטאמן פון איראן, ביי דיינו נעמען מיר סקעליאנס און לויפן ארום די טיש and we hit each other while singing, דאס איז די הויכפונקט פון די סדר און דאס האלט אויף די קינדער…

16. ביי יחץ צוטיילן די מענער די מצה און באהאלטן די גרעסערע העלפט פאר אפיקומן און מען ציילט ביז דריי און די קינדער לויפן ארום עס אויפזיכן און בעטן וואס זיי דארפן און געבן עס צוריק, קומט אויס אלעס ווערט געטון פאר מען הייבט אן מגיד

17. מיר קלאפן פאר מה נשתנה

18. ביי אונז איז די טאטע שטיל די גאנצע סדר אויסער זאגן די הגדה כמנהג סקווירא

19. מיר זאגן גארנישט פון די נרצה פיוטים די סדר ענדיגט זיך מיט הלל און טרינקען די פערטע כוס, אחרון של פסח זינגן מיר חסל סידור פסח צוזאמען

20. מיר זינגן אחד מי יודע אין אראביש און אדיר היא אין אונגאריש

21. ביי מה נשתנה שטעלט זיך יעדער אויף אויפן בענקל ווען ער פרעגט עס, אויך די חתונה געהאטע קינדער

22. אונזער עלטער זיידע די וואידיסלובע רב האט מקפיד געווען צו טרינקען די פערטע כוס פאר חצות און אזוי פירן מיר זיך

23. ביי אונז זאגט די טאטע די גאנצע הגדה מיט די אידיש טייטש און איז אלעס מסביר מיט די דיטאלן אזוי אז די קינדער זאלן פארשטיין
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16927
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

15 וואלטעך אדאפטירט...
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

10 און 22 וואלטעך אדאפטירט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טעראוויטש האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:07 pm
2. יעדער גיסט אריין אין די כוסות של אליהו פון די דריטע כוסות און באקומט פון די כוס של אליהו פאר די פערטע כוס
מ'גיסט צו נאך ווין צום כוס של אליהו?

ביי דעם כוס מעג עס דען זיין פגום?
טעראוויטש האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:07 pm
15. מיר שטאמן פון איראן, ביי דיינו נעמען מיר סקעליאנס און לויפן ארום די טיש and we hit each other while singing, דאס איז די הויכפונקט פון די סדר און דאס האלט אויף די קינדער…
געהערט אמאל אז דער מנהג איז זכר צו די פעטש וואס מ'האט געכאפט אין מצרים מיט די ריטער..

ויש להוסיף פארוואס דווקא ביי דיינו.. א רמז פון די קינדער צו די עלטערן אז מ'זאל אפקומען מיט דעם.. דיינו..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

1 - צאנזער אייניקלעך
4 - ליטאים
10 - עדות המזרח
17 - בעלזא
19 - בוכארא
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נישט דווקא א מנהג אבער דיע יאר האב איך נישט געהאט קיין קארטאפל פארן סדר, האב איך גענוצט א שטיקל איגערקע אין דאס איינגעטונקען אין זאלץ וואסער.

עס איז נישט געווען שלעכט...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13517
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

21: און די גראבע פעטער צוברעכט יעדעס יאר א פרישע בענקל…
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36741
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:10 am
נישט דווקא א מנהג אבער דיע יאר האב איך נישט געהאט קיין קארטאפל פארן סדר, האב איך גענוצט א שטיקל איגערקע אין דאס איינגעטונקען אין זאלץ וואסער.

עס איז נישט געווען שלעכט...
הער אויס, אז איר נוצט אום פסח אוגערקעס, אימארקן, פיקעלס אדער קירביעס, קען נאך זיין, אבער דאס אז א אידישע שטוב זאלן נישט האבן קיין קארטאפל אום פסח גלויב איך נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:21 am
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:10 am
נישט דווקא א מנהג אבער דיע יאר האב איך נישט געהאט קיין קארטאפל פארן סדר, האב איך גענוצט א שטיקל איגערקע אין דאס איינגעטונקען אין זאלץ וואסער.

עס איז נישט געווען שלעכט...
הער אויס, אז איר נוצט אום פסח אוגערקעס, אימארקן, פיקעלס אדער קירביעס, קען נאך זיין, אבער דאס אז א אידישע שטוב זאלן נישט האבן קיין קארטאפל אום פסח גלויב איך נישט.
נישט געווען אין שטוב.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:23 am
farshlufen האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:21 am
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:10 am
נישט דווקא א מנהג אבער דיע יאר האב איך נישט געהאט קיין קארטאפל פארן סדר, האב איך גענוצט א שטיקל איגערקע אין דאס איינגעטונקען אין זאלץ וואסער.

עס איז נישט געווען שלעכט...
הער אויס, אז איר נוצט אום פסח אוגערקעס, אימארקן, פיקעלס אדער קירביעס, קען נאך זיין, אבער דאס אז א אידישע שטוב זאלן נישט האבן קיין קארטאפל אום פסח גלויב איך נישט.
נישט געווען אין שטוב.
מעגליך א נייע מנהג דעוואלפט זיך ביי משפחת @את פתח, צו נוצן אוגערקעס צו כרפס.
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אגב, ביי פארשידענע קהילות של אחב״י הספרדים זינגט מען נישט ויהי בחצי הלילה אדער ואמרתם, נישט אדיר הוא, אחד מי יודע און נישט חד גדיא.

זיי זינגען אנדערע פיוטים ביים סדר.

אמאל האט מען נאך נשמת געטרונקען כוס רביעי און געענדיגט.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

מנהג חתם סופר: כוס של אליהו לאזט מען איבער נאכט, און מ’מאכט קידוש דערויף בייטאג.
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:36 am
מנהג חתם סופר: כוס של אליהו לאזט מען איבער נאכט, און מ’מאכט קידוש דערויף בייטאג.
לכאורה צוגעדעקט.. אז נישט איז א שאלה צו מ'מעג קידוש מאכן דערויף.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:59 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:36 am
מנהג חתם סופר: כוס של אליהו לאזט מען איבער נאכט, און מ’מאכט קידוש דערויף בייטאג.
לכאורה צוגעדעקט.. אז נישט איז א שאלה צו מ'מעג קידוש מאכן דערויף.
ביי מיין טאטע פלעגט מען דאס טאקע צודעקן, און אזוי טוה איך אויך.


אבער פסח ביינאכט איז א ליל שמורים לכאורה פעלט דאס נישט אויס
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

געזעהן א מנהג אין ראחמיסטריווקא, אז מ'הייבט אויף די כוס ביי הא לחמא עניא!
פלא
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:34 am
אגב, ביי פארשידענע קהילות של אחב״י הספרדים זינגט מען נישט ויהי בחצי הלילה אדער ואמרתם, נישט אדיר הוא, אחד מי יודע און נישט חד גדיא.

זיי זינגען אנדערע פיוטים ביים סדר.

אמאל האט מען נאך נשמת געטרונקען כוס רביעי און געענדיגט.
וכן בחב”ד
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

Ozd האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:21 am
געזעהן א מנהג אין ראחמיסטריווקא, אז מ'הייבט אויף די כוס ביי הא לחמא עניא!
פלא
אזוי אויך אין סקווירא
(אפשר אין ראחמיסטריווקא קומט עס פון סקווירא)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:05 am
אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:59 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:36 am
מנהג חתם סופר: כוס של אליהו לאזט מען איבער נאכט, און מ’מאכט קידוש דערויף בייטאג.
לכאורה צוגעדעקט.. אז נישט איז א שאלה צו מ'מעג קידוש מאכן דערויף.
ביי מיין טאטע פלעגט מען דאס טאקע צודעקן, און אזוי טוה איך אויך.


אבער פסח ביינאכט איז א ליל שמורים לכאורה פעלט דאס נישט אויס
קידוש מאכן איז א שאלה אפילו ווען נישט אלץ גילוי, נאר ווייל ס'איז מפיג דעם טעם כמבואר באו"ח סי' רע"ב ס"א.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8895
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: פארשידענע מנהגים ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עניטינג האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 12:51 pm
Ozd האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:21 am
געזעהן א מנהג אין ראחמיסטריווקא, אז מ'הייבט אויף די כוס ביי הא לחמא עניא!
פלא
אזוי אויך אין סקווירא
( אפשר אין ראחמיסטריווקא קומט עס פון סקווירא )

אדער ביידע פון טשערנאבל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”