ער שרייבט דארט כסדר שטיקלעך וואס ער איז מפענח איך ווער מער נתפעל פון צופה ומביטס כשרון צו קענען ארויסהאבן די תוכן פון די קורצע רמזים מער וואו די תוכן אליין וואס איז נישט עפעס ספעציעלע גאונות הגם עס איז שיינע זאכן אבער די תוכן איז נישט פון עפעס א חד בדרא
שאול ידידיההאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 08, 2024 3:19 pm
@קונטרס שרייב וואס דו ווייסט איבער אים
כאב נישט קיין אייגענע ידיעות כהאב געשריבן זאכן וואס יעדער קען ליינען אין אנדערע מקורות, און הערן עדות מפי תלמידיו אין פאריז, ראקארדירט. זיינע כתבים האב איך אביסל אליין באטראכט ביז וויפל סאיז שייך צו פארשטיין רוב איז בלויז א סיכום פון ספרים נושאים סוגיות מאמרים, פיין גענוצט די קורקדנציא ספרי כללים ומקורות, אדער איבער געשריבן סיכום שיטות מימרות וכדו' פארשידענע אייגענע פשטים אין חז"ל אין פסוקים וואס דארף מער עיון. אויך קבלה ס"ה עפעס א סיכום פון ע"ח ווי ראשי פרקים פון ה' פרצופים, גארניט קיין חידושים, ממש אל"ף בי"ת. אזוי אויך בחכמות חיצוניות זעט מער אויס סיכום פין ביכער.
עכ"פ זיין גאונות ווערט נישט דערקעט דארט חוץ פון די יכולת צו לערנען אסאך מקצועות (דאס קענן אנדערע אויך) מסתמא זייןאייגענע חידושים האט ער נישט געדרפט ארויס ברענגען על הכתב.
רבי מנשה הקטן האט זיך דערוואטערט פין איהם ער האט חושש געווען אז ער וועט משפיע זיין אויף איהם לרעה, אויך געווארנט אלי וויזל (וואס איז געווען א היימישע בחור אינדערהיים) זאל אנטלויפן פון איהם, אבער ליידער ליידער טאקע פאקראכן בזכותו. דאס איז איינמאל זיכער אז דער מענטש האט געטישט בתערובות בחורים ובתולות... אין כוויל נישט מער שרייבן.... און ווער סאיז מגין אויף איהם וועגן אדשענדע דגומת... ווי קען זיין רבינו זכרונו לברכה וכו' וכו' ... שמועות וסיפורים תולים על בלימה... אין רייסט אפ למען שמו א ניק וואס נוצט געפילטערטע נעטפרי, האט לכאורה א ביסל פארלוירן לפי שעה שכל הישר (אויך זיינע לייקערס)
איבער זיין קענטעניסען אין חכמות חיצוניות איז א שאד די טענה'ריי, די גרעסטע מוטשען זיך נאך, און בזמנו האבן די גרעסטע מוחות געהאט דרך ארץ אויף אים. ריזיגע ת''ח האבן מעיד געווען אויף זיין גדלות בתורה, במילא איז אויך א שאד א טינטיגע וויכוח דערויף. ר' מנשה האט זיך דערווייטערט פון אים און לכאורה איז די סיבה געווען היות דער פלעגט צום מסקנא אלצדינג צונישט מאכן. די מצב היהדות איז דאן געווען אז אפי' גאנץ פיינע רעליגיעזע אין אייראפע זענען געווען בתערובת.
מקובל אלוקיהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 08, 2024 1:17 am
ס'איז אנגענומען אז ער איז געווען א תלמיד פון קוק,
לויט די הנחה אז ער הייסט הלל פערלמאן
אדער איז דא וואס האלטן אז זיין נאמען איז געווען מרדכי ראזענבוים, ולפי”ז לא היתה לו שייכות אם הרב קוק,
אויב איז טאקע אמת אז ער איז א תלמיד פון קוק, איז א חידוש אז רביה”ק מסאטמאר זצוק"ל האט גערעדט מיט אים דריי שעה בדברים העומדים ברומו של עולם, קען נישט זיין אז ער האט גארנישט נאכגעזאגט מרבו פאר דריי שעה... קען זיין אז ער האט טאקע למעשה איינגעזען די טעות פון קוק ומפני זה איז ער אוועק פון א”י אין זיך באהאלטען,
עס מאכט צו לאכן און צו וויינען כאילו זיין פראבלעם איז געווען אז ער האט עפעס געלערנט ביי הרב קוק.
הוילע קאפ, רודף נ. ווייט פון קדושה, גטיישט פסוקי תורה ווי אחרון הכופרים, בספק גדול ווי וויט האט ער מקיים געווען מצוות התורה תפילין וכו' וכו' וכו' וכו'. בקיצור אגרויסע מיסטערי, בעיקר פאר די פרייע וועלט. גארנישט מיט שלומי אמוני ישראל.
מקובל אלוקיהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 08, 2024 1:17 am
ס'איז אנגענומען אז ער איז געווען א תלמיד פון קוק,
לויט די הנחה אז ער הייסט הלל פערלמאן
אדער איז דא וואס האלטן אז זיין נאמען איז געווען מרדכי ראזענבוים, ולפי”ז לא היתה לו שייכות אם הרב קוק,
אויב איז טאקע אמת אז ער איז א תלמיד פון קוק, איז א חידוש אז רביה”ק מסאטמאר זצוק"ל האט גערעדט מיט אים דריי שעה בדברים העומדים ברומו של עולם, קען נישט זיין אז ער האט גארנישט נאכגעזאגט מרבו פאר דריי שעה... קען זיין אז ער האט טאקע למעשה איינגעזען די טעות פון קוק ומפני זה איז ער אוועק פון א”י אין זיך באהאלטען,
דאס גאנצע קשע וויזוי דער רבי האט זיך געטראפן מיט עם זיינדיג תלמיד פון הרב קוק - הייבט זיך נישט אהן
אבער במאמר המוסגר, איינער פון די גרויסע קושיות פון ראזענבערג, אטנקעגן די אנגענומע הנחה אז שושני איז פערלמאן, אז אין זיינע כתבים ברענגט ער נישט כמעט רב קוק, און די איינציגע מאלן וואס ער ברענגט עם יא, עס איז נישט מיט עפעס ספעצייעלע כבוד אדער נאנטקייט.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט

נאר וואס, די טענה פון ראזנבערג לטעני איז אויך נישט ראיה, וויל ביז היינט האמיר (למיטב ידיעתי) נאךנישט געזען עפעס א ראיה אז פערלמאן האט געהאלטן זייער שטארקע שייכות מיט רב קוק,
מיין איך צו זאגן, אז מטרעפט א סאך מאל תלמידים וואס האבן געלערנט ביי עפעס א ראש ישיבה אד"ג, און נאכדעם ווען זיי גייען ארויס פון די ישיבה, גייען יי צו אנדערע דרכים, און לאו דווקא אז זיי געדענקען און גייען אין דרך הלימוד וכו' וואס האט מען געלערנט אין די ישיבה. כנלענ"ד.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט