Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
זאגט איינער וואס האט נאכנישט אוועקגעווארפן די אלטע פארשטויבטע ה׳ס, וואס אלע היינטיגע שרייבער ניצן שוין לאאאנג נישט.רוממה האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 4:31 amנישט פליט און נישט פליעט, נאר פליהטרויטע קרעיאן האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 08, 2024 12:13 pmדאס הייסט דעליווערט. זייער שיין.
[קלייניגקייטן: 1. איך גלייך נישט די אויסדרוק 'מאכטפולע פאבריק,' עס איז נישט עכט אין פלאץ, א פאבריק קען זיין גיגאנטיש, מעכטיג, גרויס וכדו', אבער דראמאטיש דארף מען לאזן פאר די משכונות געשיכטעס און באנק רויבערייען. אזוי טראכט איך, 2. שרייבן 'פליט' איז פראבלעמאטיש ווייל עס איז דא צווייטער ווארט מיט דער זעלבער באדייט. פליט, מלשון פליטים און דעריבער שרייבט מען פליעט. 3. פארוואס שרייבן וויזיט אנשטאט באזוך, עס נעמט אוועק פון די שיינקייט, אבער ווי געשריבן, קלייניגקייטן.
איך האף אז אינעווייניג איז עס טאקע אזוי באמבאסטיש און גוט אראפגעלייגט ווי אויפ'ן דעקל.
לויט רויטע קרעיאן וועט מען אויך נישט שרייבן אז איינער האט זיך געזעצט ביים טיש ווייל איינער האט נעכטן געזעצט אויף זיין טיר, אויך נישט איך הער וואס דו זאגסט ווייל א קנעכט האט א הער, און אויך נישט אז זיין הוט איז שיף ווייל זיין שכן פארט מיט א שיף (אוי, זאג מיר ניש, רויטע קרעיאן, אז דו שרייבסט שיעף…)