Re: דיסארדער - איז דאס א חולי הגוף אדער א חולי הנפש?
דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחביריו ונוהג כמנהג אנשי מדינתו לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים ולישב אצל החכמים תמיד כדי שילמוד ממעשיהם ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחשך כדי שלא ילמוד ממעשיהם.
און כל שכן אז סאיז משפיע אויף אים זיינע עלטערן און נאנטע מענטשן.
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז ס׳ווערט אוועקגענומען די בחירה דורך דעם, אויף דעם טאקע איז דער רמב״ם ארויס אזוי שארף: ולא בררתי לך זה, אלא כדי שלא תחשוב את ההזיות, כזבי הוברי השמים, לאמיתיות. כי יאמרו, שרגע הולדת האנשים עושה אותם בעלי מעלה או בעלי פחיתות, והמעשים נגזרים על האיש בעל כורחו.
דער סטעיטמענט שרגע הולדת האנשים עושה אותם בעלי מעלה או בעלי פחיתות דאס איז מער ווייניגער דיין לאנגע הסבר און אמאליגע שפראך...
די חשבון וואס דו רעכנסט אויס האט נישט מיט מענטל קראנקייטן, נאר אויף די גאנצע בחירה פון א מענטש, און איך האב שוין אויבן געשריבן וואס די געדאנק פון בחירה איז.
איך וויל נישט אריינקריכן אין די נושא פון בחירה וידיעה ווייל דער פלאץ דא ערלויבט דאס נישט (שוין אנגעהויבן אמאל שרייבן דא און מהאט פארמעקט)
אבער אין איין ווארט די ברענגסט זייער גוט ארויס וואס ידיעה מיינט, און בקוצר אמרים לאמיר נעמען א מומר וואס איז אינגאנצן אפגעפארן, דאס וואס ער זינדיגט איז ווייל ער איז אפגעפארן, און דאס איז וויבאלד ער האט געהאט א שלעכעטער חבר, און ער האט געהאט קשר מיט איהם ווייל ער וואינט אין די זעלבע סביבה ווי אים, און די סיבה פארוואס ער האט געהאט קשר מיט אזוינע פרשוינען איז ווייל ער איז געווען שוואך אין אידישקייט און דאס איז ווייל.... און אזוי ווייטער און ווייטער ביז מיר קומען אן צו דעם אז אדם הראשון האט חתונה געהאט מיט חוה און געהאט קינדער.
(שוין דא געשריבן איבערן געדאנק פון תשובה וואס ר׳ צדוק ברענגט וואס ארבעט מיטן זעלבן געדאנק)
אבער אויף דעם האט דער רמב״ם טאקע דא אין שמונה פרקים מאריך געווען און ארויס מן הענין ווי ער שרייבט דארט כדי צו מבאר זיין אז אויך נאכדעם חשבון איז נאכאלטס דא א בחירה.
דער רמב״ם אליין נוצט דעם געדאנק אויף די חלק פון השגחה פרטית ווי ער איז מסביר וואס מיינט אז הכל איז מושגח: על האופן הזה יאמר באדם כשקם וישב: "בחפץ אלוהים קם וישב". רצוני לומר, שהושם בטבעו, בעיקר מציאות האדם, שיקום וישב בבחירתו. לא שהוא חפץ עתה בקומו, שיקום או שלא יקום: כשם שאינו חפץ עתה בנפילת האבן הזאת, שתיפול או שלא תיפול.
אבער בענין הבחירה שרייבט ער אויף די וואס ווילן נוצן דעם זעלבן חשבון: וזה כולו שווא ושקר מוחלט, והוא כנגד המושכל והמורגש. ויש בו משום הריסת חומת הדת וטפול עוול על הא-לוהים, חס וחלילה. אולם אמת שאין לפקפק בה היא, שמעשי האדם כולם מסורים לו: אם ירצה – יעשה, ואם ירצה – לא יעשה. ואין מכריח ולא כופה אותו בזה, לפיכך הוא מצווה ועומד.
און ווי דער רמב״ם פירט אויס סוף פון שמונה פרקים: היוצא מכל מה שאמרנו, שמעשי האדם מסורים לו. וברשותו להיות צדיק או רשע, ואין הא-לוהים כופהו באחד משני המצבים. ולפיכך התחייבו ההצטוות והלמוד וההכנה, והגמול והעונש.
אונטערשטע שורה, די שמועס איבער ידיעה און בחירה איז א לאנגע שמועס און סהאט נישט קיין שייכות מיט חולי הנפש.
בחירה איז דא כאטש וואס סאיז דא ידיעה, אונז זענען מיר נישט קיין ראבאטס ווי סאיז מוכח מן הקרא ומן הסברא ווי דער רמב״ם איז מאריך. און ווי איך האב שוין אויבן געשריבן, בחירה מיינט אז ס'קען זיין צוויי מענטשן וואס ביידע זענען געבוירן מיט די זעלבע תכונות הנפש צו די זעלבע עלטערן און א דורך די זעלבע מיטמאכענישן אין לעבן און דאך האט איינער בוחר געווען בטוב און זיך אויסגעארבעט און דער צווייטער האט זיך נאכגעזלאזט און נישט געענדיגט גוט.