ווייסט עמיצער פון א דאקטאר וואס קען פיקסן א לעפ-בענד, איך האב יארן געהאט א לעפ-בענד, און עפעס האט זיך דער PORT אויפגעריסן און איך האב צוגענומען באלד 30 פונט, דער מצב איז שרעקליך שרעקליך. כ'רעד פון עמיצן נאנט צו קרית יואל
בע״ה וועל איך דא מיטטיילן מיין ערפארונג כמות שהוא אן קיין געצוקערטע מעשיות (כ׳טאר דאך נישט האבן קיין צוקער..) איך וועל שרייבן בל״נ יעדן טאג פאר די נעקסטע שטיק צייט און עס וועט זיין אזוי ווי א טאג בוך און מיין ציל איז צו זיין וואלנערעביל און אמת׳דיג, וועלכע איך האף אז אנדערע אידן וועלן קענען נעמען חיזוק דערפון איין טאג (אזויווי איך האב גענומען חיזוק פון די אנדערע דא וואס זענען דאס אדורך) טראצדעם וואס איך שטיי נאך בעפאר דעם סליוו, איך בין ״בלויז״ אינעם 4׳טען טאג פון די ליקוואד דייעט און איך זע נאכנישט די אנדערע זייט פונעם סמבטיון דאך גלייב איך אז די רייזע פאנגט זיך אן מיט די צוויי ווואכן דייעט בעפאר און דעריבער דארף מען דאך דאס אויך פארשרייבן אז עס זאל פארבלייבן פאר די שפעטערדיגע דורות…
יה״ר אז איין טאג, און קען אפילו זיין אז נישט צו לאנג ארום, וועל איך צוריק קוקן און זען וויאזוי דאס קען בענעפעטירן אנדערע.
מיין וואג איז געווען פיר טאג צוריק איידער איך האב אנגעהויבן דעם צוויי וואכן דיעטע 337!
איך בין שוין אפגעפאלן 5-7 פונט.
מיין גאול מיט די אפעראציע איז אנצוקומען צו 200 (א חלום…)
מיין גאול האב איך געשריבן? ביז נישט לאנג צוריק האב איך בכלל נישט געהאט קיין גאול ווייל איך האב שוין אויפגעגעבן אויף מיין וואג. איך האב שוין אלעס פרובירט און עס איז נישט געגנאנגן, נו וואס זאל איך מיך קריגן מיט מיר אליין? איך האב מיך שוין אנטזאגט פון די ״פארלירן וואג״ קלאב א לאנגע וויילע צוריק. ווען כ׳בין געווען אינגער האב איך אייפערהאפטיג געחלומ׳ט און פאנטאזירט איבער דעם דייעט אדער יענעם דייעט. געווען אין דענייעל איבער מיין טייטע בעקיטשע. פרובירט משכנע זיין דעם דזשי-בּי מאן אז אמת׳דיג בין איך נישט די גרעסערע סייז וואס ער האט מיר געצה׳ט בלבו הטוב. אא״וו. אן איבערוואגיגער וועט הונדערט פראצענט קענען רילעיטן צו דעם.
איינמאל אבער איך האב אנגעהויבן צו גרייכן די גאר הויכע נומערן האב איך אנגעהויבן איינזען אז עס האט נשיט קיין פשט צו דענייען די מציאות אז איך דארף גרעסערע סייז מלבושים און איך האב טאקע זיך אנגעהויבן מכניע זיין צום רעאליטעט; די פונטן גייען נישט אינערגעץ בדרך הטבע פאר די נעקסטע שטיק צייט. די דאזיגע עקסעפטענס האט מיר טאקע געהאלפן טיילווייז אבער די שוויצעריי וואס איך בין דורך פון א פשוטע שפאציר צום בית מדרש אדער פון שניידן די גראז, בויען די סוכה, אויסרישן די קאך פאר פסח אא״וו איז נישט געווען געשמאק. איך האב געדארפט אנגרייטן א גאנצע פעקל נעפּקינס יעדע מאל אלס א טייל פון מיין טול באקס… דאס און די פארשידענע געזונטהייט סייד אפעקטס וואס איבערוואג האט מיר ברענגט אריינגערכענט פּרי דייעביטיס האט מיר אבער באוואויגן אז יעצט איז די צייט צו מאכן די סליוו.
צוליב וואס איך פארמאג פריוואטע אינשורענס האט דער פראצעדור נישט גענומען צו לאנג, בערך א חודש א האלב נאכן ערשטען אפוינטמענט ביים דאקטער האב איך שוין געהאט מיין סורדזשערי סקעדזשועלד.
די עטליכע וואכן וואס איך ווייס אז עס גייט קומען צוויי וואכן פון פראטין שעיקס מיט זופ האט מיר אבער נישט געקענט צוגעגרייט אויף וויאזוי גייען צו אין ריעל לייף.
דעם פארגאנגענעם דינסטאג האב איך אנגעהויבן דעם דייעט.
איך האב געקויפט נוטשרי סופּרים אייז קרעים פלעיוואר שעיקס (הערט זיך אפעטיטליך, הע? זארג דיך נישט עס איז בערך אזא אייז קרים ווי פסח׳דיגע מאקערונס איז קוקיס) און מיט די גאנצע אייפער געמאכט דעם שעיק אינדערפרי אינגאנצן פארדביק׳עט אין מיין נייע מיסיע, איך מאך א ברכה און נעם א טרינק און… ס׳האט מיר אפגעווארט א סורפרייז.
איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז איך בין דא ארויף אויף א דזשערני וואו איך וועל דארפן פארקוקן אויף אסאך באקוועמליכקייטן כדי צו קענען עררייכן מיין אמת׳ע ציל, וואס דאס איז זיין מער געזונטער.
איך האב געהאט אזאנע איבלען נאכן טרינקען דעם ערשטען שעיק אז איך האב געפילט אז איך גיי ברעכן. עס איז מיר שלעכט געווארן, אין וואס בין איך דא אריין? אפשר זענען מיינע חברים וואס האבן מיר אלע געזאגט אז צוויי וואכן דייעט איז איבערגעטריבן, מען דארף נישט מער ווי אפאר טעג בלא בלא בלא גערעכט? אפשר נעם איך צו ערנסט די זאך? משוגע בין איך? פאר צוויי גאנצע וואכן גיי איך דא סאפערען מיט די שעיקס?
איך האב באשלאסן אז איידער איך גיב אויף גיי איך פרובירן אנדערע פלעיווארס. בין איך געגאנגן אין העלט פוד סטאר און מיט אומצוטרוי אין די שיינע טעיסטי פעקעדזשעינג פונעם באטעל גענומען דעם קאווע פלעיוואר.
וואס זאל איך אייך זאגן? דאס איז הימל און ערד. אסאך אסאך בעסער. זעענדיג אז איך האב געטראפן א שעיק וואס איך האב אביסל מער ליב האט דאס מיר געגעבן א (קליינע) שטופ ווייטער.
די צווייטע טאג איז געווען אביסל גרינגער צוליב אפאר סיבות. איינס, איך האב מחליט געווען צו ווערן אביסל קריעיטיוו און איך האב אנגעהויבן טרינקען די שעיקס מיט אייז קיובס. דאס האט אביסל אוןעקגענומען די אומעטיגקייט פון זיין אנדערש פון יעדעם און זיין אזוי שטארק איינגעצוימט. ס׳האט אויך אביסל לייכטער געמאכט די דינא קשיא וואס הערשט אויף די טעם פון העלטה עסנווארג.
אזוי אויך האב איך מחליט געווען אז איך גיי צו לייגן מילך צו עס (כאטש וואס דאס איז נישט עמטליך ערלויבט בין איך זיך מורה היתר אז דאס איז בעסער ווי אנדערע וואס נעמען די זאך בכלל נישט ערנסט). וואס דאס געט אביסל מער טעם צו די זאך.
דעם דריטן טאג איז געווען אביסל גרינגער ווי דעם טאג בעפאר. סיי מיין גוף האט זיך שוין אביסל מער צוגעוואוינט צו דעם נייעם דיעטע און סיי איך האב געקויפט א בלענדער צו צומאלן די פאודער אנשטאט מיט א לעפל וועלכע לאזט איבער שטיקלעך. אזוי אויך האב איך געקויפט נאך א פלעיוואר, און דאסמאל טשאקלאדע פלעיוואר פון נוטשרי מעקס (מעקסי העלט).
אוועראל שפיר איך לייכטער מיט מיר אליין, די פילינג פון א צוקער פרייע קערפער איז גאר געשמאק. איך האב קיינמאל נישט געכאפט וויפיל צוקער טרייבט אן דעם מענטש.
היינט איז ווי געזאגט די פערטע טאג. דערווייל האב איך שוין געטרינקען 2 פון 5 שעיקס.
האמת אגיד אז היינט מוטשע איך מיך מיט אינערליכע ספיקות; טו איך די ריכטיגע זאך? זאל איך אפשר טשיטן אביסל איבער שבת? ווער זאגט אז איך מוז עס טון? אא״וו.
בן פדהצורהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 10, 2024 1:26 pm
עד שיבוא השלישי…

גוטע וואך. יום החמישי פון ליקוואד דייעט (פּרי אַפּ)
שבת איז ברוך השם אדורך אסאך גרינגער ווי איך האב געמיינט. ע״פ הוראת מיין דיין האב איך געגעסן א כביצה חלה ביינאכט און אינדערפרי. אויסערדעם האב איך געגעסן שבת ביי די סעודה ביינאכט געגעסן עטליכע טעלערס זופּ. די טעם פון די חלה איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין… איך געדענק נישט די לעצטע מאל וואס איך האב אזוי אפרישיעידעט א שטיקל חלה, יעדע ביס. אין א זייטיגע נאטיץ, ס׳בעקטישע איז געווען א טראפקעלע לויזער שטייצעך… ס׳איז א גוטע געפיל.
א זאך וואס איז זייער וויכטיג, איך האב עס געזען עמיצער רעדן דערוועגן אנליין, אז ס׳איז זייער וויכטיג אוועקצושטיין ס׳מערסטע וואס שייך פון עסנווארג כדי נישט צו ווערן אנגערייצט. דעריבער האב איך געבענטשט פרי ביי די סעודה און געלאזט ס׳עולם פראווען אליינס. די גערוך פון די געשמאקע טשולנט איז געווען צופיל פאר מיר צו הענדלען… ——- במשך דעם שבת זענען אין מיין קאפּ אדורך געלאפן פארשידענע מחשבות און געפילן. פון איין זייט האב איך געטראכט פון די געפאנגענע ביי די רוצחי חאמאס ימ״ש, וויאזוי זיי עסן נעבעך גארנישט פאר גאנצטע וואכן און חדשים, און קוק אן מיך וויפיל דארף איך דארף איך דאנקען דעם אייבערשטען אז איך דארף זיין אויף דעם געצוימטן דייעטע פאר בלויז צוויי וואכן און נאך פאר א גוטע סיבה אויך. אזוי אויך איך בין ב״ה ארומגענומען מיט א ליבליכע פאמיליע און גוטע פריינט און נעבעך זיי וואס זיי גייען אלץ אדורך אומבאגרייפליכע פיין און יסורי הגוף והנפש.
פון די אנדערע זייט האב איך געפילט אז וויפיל מער איך טראכט איבער מיין דיעטע, מיין עתיד, אא״וו פאל איך אריין אין ספיקות און אין אזא זעלבסט-רחמנות׳דיגע מוט. דעריבער דארף איך פרובירן וואס ווייניגער צו פאקעסירן אויף דעם נאר אנגיין מיט מיין לעבן, סקעדזשול, רוטינען ווי כאילו גארנישט. —— גראדע היינט האט האב איך געכאפט אז די טשאקאלאדע פלעיוואר שעיק פון מעקסי העלט מאכט מיר א געפערליכע לויזע מאגן האב איך דאס אויפגעהערט צו טרינקען. העמיר גיין קויפן אי״ה מארגן די טשאקלאדע פלעיוואר פון נוטשרי סופּרים.
אוועראלל שפיר איך ווי עס ווערט מיר אביסל גרינגער שוין. איך הייב אן ווערן מער צוגעוואוינט. נישט אז א דייעט וואס באשטייט פון בלויז טרינקען פינף מאל א טאג די זעלבע זאך איז גרינג, אבער איך הייב עס אן מער סובל צו זיין. —— איי פארוואס שרייב איך דא די אלע זאכן? ווייל איך בין זיכער אז איין טאג וועט עמיצער באקומען חיזוק און שטארקייט דאס צו טון. איך גלייב אז מיטן זיין וואלנעראביל און האנעסט, און מיטן מיטטיילן די אייגענע עקספיריענס איבער וואס האט יא געארבעט און וואס נישט העלפט מען מער א מענטש ווי געבן עצות און אנווייזונגן. אויך ווייס איך אז אין אביסל מער ווי וואך וועל איך שוין לכאורה נישט געדענקן די אלע פרטים און צוביסלעך פארגעסן פון די שטארקע אנטשלאסנקייט וואס מען דארף האבן (אזויווי איך זע ביי אנדערע געסליווטע אז זיי פארגעסן די פרטים אביסל פון די דזשערני בעפארן סליוו) שרייב איך עס יעצט אראפ.
שוין, איז א גוטע וואך… אונז העמיר זיך גיין לייגן פרי (אה.. אן קיין טשולענט, געפילטע פיש, לאקס פיש, שאלעשידעס בילקעלעך אין בויך….) און מעמיר רעדן מארגן.

נעכטן האט מען געציילט 6… כ׳האב פשוט נישט געהאט קיין כח צו שרייבן נעכטן ממילא שרייב איך היינט.
נעכטן איז געווען גאנץ שווער. איך האב געהאט אויסגעלאפן פון שעיקס און כ׳האב הערשט געקענט באקומען נאך שפעטער נאכמיטאג. דאס מיינט אז טעכניש גערעדט האב איך געהונגערט.
מיין גוסטע איז געווען אביסל דאון. געפילן פון חרטה איבער מיין החלטה האבן געבוזשעוועט אין מיר. איך האב מיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט זיי. נאכן אביסל בלייבן מיט זיי און זיי אויסהערן האב איך פארשטאנען אז וואס איך פיל איז ״קלאג״ הנקרא Grief. איך קלאג נאך מיין רילעישאנשיפ מיט עסן. איך האב מורא אז איך גיי מער קיינמאל נישט קענען הנאה האבן פון עסן (כאטש וואס דאס איז אוודאי נישט אמת, ווייל מען קען יא הנאה האבן פון עסן נאך די סליוו).
שפעטער ווען מיינע שעיקס (נוטשרי ספורים טשאקאלאדע, גאנץ גוט גראדע) זענען אנגעקומען האב איך געפילט אסאך בעסער, בעסערע גוסטע. שפעטער האב איך געגעסן דריי טעלערס דעלישעס טשיקן זופּ.
היוצא לנו מזה איז, אז מען עסט נישט פילט מען מער אומעטיג… אבער עס איז אלץ געזונט צו אויסהערן די געפילן און זיי וואלידירן, ווייל זיי קענען אסאך אויפדעקן.
נעכטן האט מען געציילט 6… כ׳האב פשוט נישט געהאט קיין כח צו שרייבן נעכטן ממילא שרייב איך היינט.
נעכטן איז געווען גאנץ שווער. איך האב געהאט אויסגעלאפן פון שעיקס און כ׳האב הערשט געקענט באקומען נאך שפעטער נאכמיטאג. דאס מיינט אז טעכניש גערעדט האב איך געהונגערט.
מיין גוסטע איז געווען אביסל דאון. געפילן פון חרטה איבער מיין החלטה האבן געבוזשעוועט אין מיר. איך האב מיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט זיי. נאכן אביסל בלייבן מיט זיי און זיי אויסהערן האב איך פארשטאנען אז וואס איך פיל איז ״קלאג״ הנקרא Grief. איך קלאג נאך מיין רילעישאנשיפ מיט עסן. איך האב מורא אז איך גיי מער קיינמאל נישט קענען הנאה האבן פון עסן (כאטש וואס דאס איז אוודאי נישט אמת, ווייל מען קען יא הנאה האבן פון עסן נאך די סליוו).
שפעטער ווען מיינע שעיקס (נוטשרי ספורים טשאקאלאדע, גאנץ גוט גראדע) זענען אנגעקומען האב איך געפילט אסאך בעסער, בעסערע גוסטע. שפעטער האב איך געגעסן דריי טעלערס דעלישעס טשיקן זופּ.
היוצא לנו מזה איז,אז מען עסט נישט פילט מען מער אומעטיג… אבער עס איז אלץ געזונט צו אויסהערן די געפילן און זיי וואלידירן, ווייל זיי קענען אסאך אויפדעקן.
נו וואדע, ''עסן מאכט די שטימונג''. ( די אידישע איבערזעצונג פון פוד מעיקס די מוד, דורך גוגל איבערזעצער)
איך האלט אז דאס וואס די שרייבסט , און אז די ווייסט אז די גייסט שרייבן דערוועגן , מאכט דיך מער וואך צו דיינע געפילן ארום די גאנצע פראצעדור, מער ווי סתם מענטשן וואס גייען דאס דורך.
אבער אזוי ווי די זאגסט '' עס איז אלץ געזונט צו אויסהערן די געפילן און זיי וואלידירן'' איז עס אפשר טאקע א גוטע זאך.
א דרך צלחה פאר די -האפענטליך- קורצע רייזע אריבער דעים סמבטיון.
א רפואה שלימה! דו טוסט א גרויסע מצוה, בוסט א צדיק גמור, דיין גאנצע טאג ביסטו עוסק אין עבודת השם, יעדע רגע וואס דו ביסט עוסק צו ווערן געזונטער, איז עבודת השם במסירת נפש! עפן א הייליגן נועם אלימלך, און זעה וואס ער שרייבט איבער די סארט עבודה. אפילו די ארבייטס, אבער דיין פאוקעס איז צו זיין געזונט, צו קענען גרינגער זיך שאקלען ביים דאווענען, דו רייסט שטיקער פון זיך! בוסט א צדיק! בוסט הייליג! בוסט נאנט צום באשעפער! ס׳איז נישט פשוט!
הער זיך צו מיט אן ערנסטקייט צו דיינע געפילן און נאכמער צו דיין קערפער, מען מוז נישט פאלגן די נוטרישעניסט אויפן תג, אבער יא זיך צוהערן צו די גיידענס און עס קאסטומייזען צום אייגענעם נאטור/גוף/געברויכן.
און וויכטיגסטע פון אלעם: מינימום 3 מאל א וואך עקסערסייז!!
איך האלט שוין קרוב צו דריי יאר נאכדעם און איך האב נישט קיין ברעקל חרטה, איך ענדזשוי ב"ה זייער שטארק עסן, איך האב א געזונטע רילעישאנשיפ מיט עסן (א גוטע טיפ איז אליין זיך צוגרייטן די עסן, מ'באקומט א געוויסע רעספעקט צו עס און מ'עסט עס שטייטער)