ווען מען פארקויפט די חמץ פאר די גוי, שרייבט מען געווענדליך די אדרעס ווי די שליסלעך געפינט זיך, אז למשל אויב ער פארקויפט אויך זיין אפיס וואס איז אין די אנדערע עק שטאט, זאל די גוי קענען נעמען די שליסלעך. אחד מהפוסקים האט געזאגט, אז למשל אויב א יוד פון מאנסי וואס פארקויפט זיין הויז צום גוי, אבער ער איז אויף פסח ביים טאטן אין מאנטריאל, זאל ער מאכן זיכער איבערצולאזען א שליסעל ביי איינעם אין מאנסי! ווייל אויב נישט, איז די מכירה אביסל א ליצנות. ער געבט נישט די אפציע פארן גוי צו אריינגיין צום הויז, אויב די שליסעל איז נאר אין קאנאדע. - איך מיין מען איז נישט מחמיר אזוי ווייט. ווייל אסאך יודן פון ניו יארק האבן א ליידיגע וואקאציע דירה אין פלארידע. זאג מיר נישט אז זיי אלע רופען אן 'א פלארידע רב', אז ער זאל פארקויפן די ליידיגע פלארידע דירה צו זיין לאקאלע פלארידע גוי. אויך, לויט דעם דארף ער מאכן זיכער איבערצולאזען א שליסעל ביי איינעם אין פלארידע.
בפשטות וואלט מען געדארפט אזוי טוהן, אבער לכאורה פארלאזט מען זיך אז עס איז גענוג אז ווען דער גוי וויל קען ער מיר אנרופן און בעטן און דעמאלט וועל איך שוין ערלעדיגן ס'זאל אנקומען צו אים. אה"נ אויב איז עס אויף אן אופן אז דער גוי קען נישט באקוצען דער שליסל פסק'נט קלאר דער מג"א בשם דער ב"ח אז עס איז גארנישט ווערט.
קומט אויס, אז א אמעריקאנע יוננגערמאן וואס פארט ח' ניסן צו לאנדאן, צו זיין ביי זיין טאטע אויף פסח, זאל פארקויפען זיין דירה דוקא דורך א אמעריקאנע רב, נישט דורך א רב אין לאנדאן.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב

מעשה שהיה: א חבר מיינע האט געגעסן די סעודה שבת חוה''מ פסח. נאכן בענטשען האט ער געטראפען א פארמאכטע פעקל לאקשען אין א געוויסע שאפע אין א שלאף צימער. מה דינו? זאל ער עס ווארפען אין א גויאישע מיסט אויפן גאס?עס איז דא א עירוב. כופין עליו כלי וישרוף במוצש''ק?