ביינוש די אויסגעצויגענער. א געליטענער פון די מלמדים. א גראפישע אינגל. (נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער)
עס איז נישט דורך קיין איין טאג וואס ביינוש איז נישט אויפגעשטאנען פארטאגס צו זיין טעליכע שיעור אין חובת הלבבות. ער פלעגט ממש לעבן, לעבן דערין ס'גאנצע פארטאגס.. גלייך נאך פארטאגס ווען זיין נשמה איז געווען אנגעפולט מיט מוסר, ערשט דעמאלסט פלעגט ער זיך ערלויבן אריינצוואקן אין מקוה צו מטהר זיין זיין גוף.
יעדער וואס האט נאר געקענט ביינוש פלעגט זאגן אז ער רוט ממש אין זיין באבע צארטל. די באבע צארטל איז געווען א ערליכע פרוי מיט מידות טובות. זי פלעגט זיך ממש אריינלייגן אין יענעמס שיך צו זען יענעמס פראבלעמען.. און גלייך ביים כאפן די פראבלעם פלעגט זי קראצן יענעמס פיס אויף די פונקליכע לאקאציע פון וואו די קראצעריי איז געקומען. יעדער ממש וואס די פיס פלעגט קראצן פלעגט קומען צו איר אז זי זאל אנטון די שיך און אויסגעפינען וואו עס קראצט און קראצן יענעמס פיס.
מ'האט פאראויס געזאגט ריזיגע זאכן אויף דאס קינד.
אבער די יצר הרע האט נישט פארגעסן פון אים..
ליידער ליידער האט ער אנגעהויבן צו ליינען דעי טריפה'נע ביכער פון וואס אונזערע זיידעס האבן אזוי געציטערט.. ער פלעגט אריינשפאצירן אינעם ביבליאטעק און ארויס'גנב'ענען דעי משכילישע ביכער אונטערן ציצית.. די מענטש פונעם ביבליאטעק פלעגט אלעס באמערקן אבער פלעגט אויכט גארנישט זאגן. ער האט זיך שטילערהייט אונטער זיין קורץ געשניטענע שנויצן זיך אונטערלאכן און זאגן. "קינד מיינס, איין טאג וועסטו טאקע זיין מיינס"...
ביינוש האט אנגעהויבן ארומצופאנפענען אין כיתה.. ער האט אנגעהויבן צו פארפאסן צוויי מאל א וואך פארטאגס. דערנאך האט ער אויפגעהערט צו לערנען פלייסיג. וויפיל מ'האט נאר גערעדט צו אים איז עס געפאלן אויף טויבע אויער..
הע הע... דא ערשט הייבט זיך אן די ארטיקל.. דער ביינוש האט אנגעהויבן צו כאפן פראקעס רעכטס און לינקס. דער איז געווען א געשוואלענע פּיס אוו גארביטש.. זיינע באקן האבן אנגעהויבן ארויסצוזען ווי א רויטע אפגעשיילטע בצל גרייט צו ווערן אריינגעלייגט אין א צוויבל קוגל..
זיינע מלמדים האבן אים אנגעהויבן אריינצוגעבן א יעדען טאג וואס איז זיך אים געקומען.. יעדע טאג סוף טאג וואס ער האט נישט געקענט די פארהער איז ער אדורך א סדום אויסציאונגס ארבעט.. מ'האט אים געשלעפט דאס אויערן ביז ס'איז ממש אראפגעקומען.. זיינע אויערן זענען געווארן אזוי אויסגעצויגן אזש מ'האט געקענט פיצן זיין אויער מיט א שטרויענעם בלעטל בעזעם...
די מנהלים האבן אפילו געהאט אין פלאן צו גרינגער צו מאכן פאר די מלמדים דורך אים פארקויפן פאר א קנעכט און זיכער מאכן אז ער וויל נישט ארויסגיין אין יובל, אזוי וועט מען אים קענען בּאָרן דאס אויער און אנשטאטס אויעררינגלעך וועט מען דורך ציען בענדלעך, און אזוי וועט גרינגער זיין דאס שלעפן די אויער... ביינוש וועט קענען זיצן אויפן פלאץ, און א לאנגע בענדל וועט זיך ציען פון די אויער, און יעדע מאל וואס ער וועט זיך פאר'חלומ'ן וועט נאר דארפן געבן איין שלעפ און אין די אנדערע זייט חדר וועט ער קוויטשענען פאר יסורים.
אבער דער ביינוש איז נישט בעסער געווארן..
דער איז געווארן א אויפגעקלערטע בעל גאווה.. האבן די מלמדים באשלאסן נאך א לאנג פארצויגענע מיטונג און צוועלף ליידיגע באטלעך סעלצער (יא, אזויווי יו דזשעי או. ווען סאיז דא א מיטונג לייגט מען ווארעמע באטלעך סעלצער פון די פאריעריגע פסח חלוקה). ביז מ'איז אויפגעקומען מיט א מעכטיגע איינפאל. מוועט אים העלפן ווערן א בעל גאווה..
ס'נעקסטע טאג ווען ביינוש האט זיך פארחלומט האט אים די רבי געגעבן א שלעפ די קאפ אנשטאטס די אויער.. און אויב די רבי איז געווען אין א גאר גוטע מוד ווייל זיין ווייב האט אים יענע טאג ארויסגעווארפן פון אינדערהיים, האט ער אויכט געגעבן א שארפע דריי ביינוש'ס קאפ...
צוביסלעך פלעגט די רבי אפטון מער און מער שטיקלעך פאר זיין קאפ. קודם מיט דרייען די קאפ ס'מערסטע וואס איז נאר מעגליך און נאכדעם מיטן אנכאפן די צוויי לאנגע גארגל ביינער פון די האלז און עס שלעפן.. ביינוש איז אהיים נאך א טאג חדר האט ער אויסגעזען ווי א ניינציג יעריגע זיידע...
נאכן ארבעטן מיט דעי מהלך פאר א האלבע יאר האט די רבי אויסגעטראפן נאך א מהלך.. ער גייט ציען ביינוש'ס האר...
די רבי האט אייביג געהאט דעי מלמדות מחלה פון ארויספליקן האר, אדורך ציען די ציינער און עס ווארפן אונטער די פיס.. פון יעצט און ווייטער וועט ער ציען ביינוש'ס האר...
ער האט אנגעהויבן מיט די מילך האר פון די טשין און דערנאך צו די האר פון די קאפ.. ווען ביינוש האט זיך געטראפן נאך צוויי וואכן אן האר האט ער עס גענומען צו א נעקסטע שטאפל מיט ציען די האר פון די נאז און פון די אויגן ברעמען...
און אויב ביינוש פלעגט מאכן א האטשו ביים ציען די האר פון די נאז, פלעגט ער אויכט באקומען א פארציע פון ציען די אויער און די ביינער פון די האלז.. ביינוש'ס אויגן זענען כמעט ארויסגעפאלן ווען מ'האט אין געצויגן די האר העכער ס'אויגן.. ער פלעגט ממש דארפן אנכאפן די אויגן עס זאל נישט ארויספאלן...
ביי די אכצן יאר האט שוין ביינוש אויסגעזען ווי א ניינציג יעריגע זיידע באגיין מען ש"ד...
דא האט מיר @אבימלך פארשאפט א בילד פון ביינוש ביי די צוואנציג יאר פארן ווערן א בילד תשובה.