כמדומה לי שהיה ברכה לר יושע הערש מהרה"ק ר שלום לעזערל ראצפערטער צי איבערלעבן די קריג מיט די קינדער עניוואון טא קאנפורם ?
זיי האבן זיך געהאט געפארעט צו שאפן פאפירן - גוי'שע - פאר ר' שלום אליעזר'ל.
באזני שמעתי פון ר' וואלף ע"ה, כ'בין געפארן מיט די באן פון נירעדהאז - דארט איז שוין געווען די געטא - קיין פעסט פארשטעלט אלץ גוי אום שב"ק, אריינגעקומען צו ר' עמרם געשטעטנער אין שטוב און געזען אז מ'זיצט נאך ביים שבת טיש און מ'עסט טשולענט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
געדענק מיר אים נאך אנהייבן דאווענען אין בית שני אין ראדני ווען מ'פלעגט נאך לערנען דארטן
ליג מיר אין זכרון זיין דאווענען ימים נוראים אין ראדני און איינע פון די אונטערשטע בענק
יא יא אין פאליש, מיטגעהאלטן אמאל זיין עבודה יום כיפור מיט קולות וברקים און בכיות נוראות
געווען א מחזה מיטצוהאלטען ווי ער לערנט און טענה'ט זיך מיט די אייניקלעך אין לערנען. די רותחא דאורייתא מיט די קולי קולות איז געווען נורא נוראות. חבל על דאבדין.
בד"ה הרה"ח ר' משה'לע גליק ע"ה (וומ"ס) און עלטער פון 96 יאר
משה'לע הכהן? אסאך צוגעהאלפן צו בויען קרית יואל
מער ווי צוגעהאלפן ווען נישט אים וואלט נישט עקזסטירט אזא שטאט גראדע האט ער אויך מנדב געווען די סענדז סטריט פאר די ישיבה
געווען געשריבען אביסל לעצטענס אין 'דער איד' אינעם אינטערוויא מיט זיין קאלעגע לדבר מצוה החסיד רבי חיים הערש ליימזידער. רבי משה'לע האט דערפון קיין וועזן קיינמאל געמאכט. און נישט פרובירט צו מאכן א מצב דערפון. רבי משה'לע א האוזהאולד פיגור ין סאטמאר וואס וועט זיך שווער פארגעסן. חבל
אין רצון צדיק, פון ר׳ שלמה יענקל איז שיין באשריבן ר משה׳לעס ראלע אין אויפבויען קרית יואל. ווי באקאנט האט ער פאר׳משכונ׳ט זיין גאנצער ביזנעסס צו קויפן קרית יואל, און ער האט ארויסגענומען די באקאנטע לאון פון באנק לאומי.
און כמדומני, אז פון אלע טוערס בשעתו, איז ער דער איינציגסטער, וואס איז איהם נישט געבליבן אפי׳ ד אמות, אונעם שטעעטל, וואס ער זאל קענען האבן א טובת הנאה דערפון.
די אלע באקאנטע פיגורען בימי התייסדות קרית יואל, האט ער אויפגענומען, ער האט געהייערט ר׳ חיים הערש ליימזידער זז״ג, צו זיין דעם gc פארן שטעטל, ער האט אוופגענומען די עסקנים ר׳ משה פר״ם און ר׳ ש״מ ראזנער זאלן נעמען די זאך ווייטער.
דאכטס זיך מיר אז סאיז דא א סיפור, אז רביה״ק ז״ל האט איהם צוגעזאגט עולם הבא.
לגבי סאנדס סטריט, איז ער געווען ממש די גאנצער זאך, די תלמידים פון יענע יארן געדענקן עס גוט, די לחץ זה הדחק אין ביהמ״ד פון די בחורים, די רבי האט אפי׳ נישט געקענט דאווענען דארט, האט זיך ר׳ משה ע״ה אריינגלייגט דערין, ביז ער האט געטראפן דעם בילדונג אויף סאנדס סטריט, און ווי באקאנט האט עס דעם רבי׳ן זייער געפאלן, און געזאגט אז דאס איז ממש געבויט געווארן פאר די ישיבה. וואס טוט מען מיט געלד, האט ר׳ משה ע״ה אנגערופן ר׳ געציל ע״ה קיין לאנדאן, און ר׳ געציל האט אראפגעלייגט $50,000 דעפאזיט, און דער מקח איז צושטאנד געקומען.
מקען זאגן אז דער גאנצער סאטמאר׳ער דור וואס איז געוואקסן אין סאנדס סטריט, און דער גאנצער שטעטל מיט אירע טויזענטער משפחות, אלעס גייט אויפן קאנטע פון ר משה ע״ה. דאס איז חוץ זיין אלע אנדערע מעשים טובים, פאר די קעמפ׳ס וכו׳, און האבן די זכיה כמה פעמים אויפצולעבן דעם רבי׳ן, ווי באקאנט.
יהא זכרו ברוך
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
געווען פון די מערסט גוט גייענדע פאפאלערע ספרים צווישן די לומדים און די נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען די וועלט איז נאכנישט געעוען פארפלייצט מיט אלע ספרי הליקוטים אויף די ישיבה'שע מסכתות
אוהב ציוןהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 10, 2024 2:38 pm
הרב זלמן יודקין ע”ה
אינטערוויו: "מסירת נפש אין אונזערע צייטן", א טרער נאכן פטירה פונעם היסטארישן "מסירת נפש איד" הגה"ח רבי זלמן יוטקין זצ"ל, וועלכער האט פארשפרייט אידישקייט אונטערן אייזערנעם פירהאנג: הרב לייבוש ליש / טעם זקנים שמועס מיט הרב זלמן יוטקין https://www.yiddish24.com/interviews/12/105798
אינטערוויו: "שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו", טרערן נאך די הסתלקות פון הגה"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל, דברי הערכה אויף דעם אדם גדול בענקים, מחבר פון צענדליגע ספרים, "תורה תורה חגרי שק": נכדו הרה"צ ר' מאיר ראבינווויטש, אב"ד פארצאווא https://www.yiddish24.com/interviews/12/105776