Re: מעדיקל רעפארם ביל
איז דא ערגעץ ווי מען קען עס איבערהערן?
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
24 hr emergency line
845-426-9111
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די יוניווערסיטי אוו אלאבאמע העלטקעיר נעץ האט אפגעשטעלט אינפערטיליטי באהאנדלונגען אין זייערע שפיטעלער, נאך אן ארטיגן סופרים קארט אורטייל וואס שטעלט אויס די שפיטאל צו קרימינאלע קלאגעס און לאוסוטס.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 11, 2023 5:52 pmדי רציחה בילס זענען נישט קיין מאנדאט צו הרג'נען. ס'געט רעכטן פאר עלטערן צו באשליסן איבער די זאכן, צי צוליב פיזישע אדער גייסטישע געזונט, צי צוליב אנדערע לייכטזיניגערע סיבות.
די איינרעדעניש אז דעמאקראטן אדער ליבעראלן זענען קעגן די מצוה איז נישט מער ווי נאנסענס, ווי די מאפע און טשארט צייגן.
גרין מיינט רעגירונג שטיצע/מאנדאטן
רויט איז באגרעניצונגען/פארבאטן רעגירונג שטיצע
IMG_20230711_164935.jpg
חוץ פון דעם וואס דעמאקראטיש קאנטראלירטע שטאטן האבן מער רעגירונג שטיצע און/אדער מאנדאטן איבער אינשורנס דעקונג פאר די באהאנדלונגען אויף פארשידענע שטאפלען, זענען דא א רייע רעפובליקאנער קאנטראלירטע סטעיטס מיט געוויסע באגרעניצונגען איבער די מעדיצינישע טייל פון די באהאנדלונגען, אנדערע געזעצן פארבאטן וויאזוי מען קען פארשרייבן די באהאנדלונג, און עקסטער געזעצן וועלכע פארבאטן רעגירונג שטיצע צו דעקן פערטיליטי באהאנדלונגען.
IMG_20230711_172245.jpg
פון דא http://familybuilding.resolve.org/fertility-scorecard/
אביסל אלטע אינפארמאציע, פון 2021 אדער עלטער.
על פי רוב מערב אייראפע, סקאנדינאווישע לענדער און לענדער אין דרום און מערב באלקאן ראיאן.וויכטיג מאכער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 10, 2023 9:46 pmאין אייראפע איז דא אסאך, בעלגיע צאלט געהעריג...שקר גמור האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 10, 2023 5:51 pmאיך מיין נישט צי גיסן קיין קאלט וואסער אבער אינשורענס גייט מן הסתם ארויפגיין אויב די ביל וועט דורוכגיין וויל איך וויסן און וועלעכע אנדערע לענדער און די וועלט האט שוין אזא סיסטעם מארגערעטאן אויף קולמא זאגט אפאר מאל אז 'אסאך' לענדער צאלן עס שוין איךל בין נייגעריג צי ווער יענע לענדער זענען
אינשורענס גייט ארויפגיין ריגארדלעסס, ווילאנג מ'קען נישט קויפן קראסס סטעיט אינשורענס, גייען די פרייזן ארויף! זאלן כאטש אידן הנאה האבן דערפון...
בעלגיע, און מדינת ישראל, זענען טאקע די ערשטע ראנג, ביידע מיט א ראטע פון 86%, אינאיינעם מיט נידערלאנדן.
IMG_20230711_172547.jpg
פון די אייראפעישע פארלאמענט פארום איבער די טעמע
https://www.focusonreproduction.eu/arti ... t-policies
נאכאמאל די איינרעדעניש אז ליבעראלן זענען אויסן צו הרג'ענען קינדער און זארגן זיך נאר אויף קעץ אדער שטרויס.שקר גמור האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 10, 2023 8:14 pmנאכאמאל איך וועל זיך פרייען צי צאלן די געלט איך וויל פשוט וויסן וועלעכע לענדער טוען עס שוין און וואזוי עס עפעקט זייער אינשורנס.פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 10, 2023 8:04 pmאיך האב געטראכט די זעלבע זאך... אבער פון די אנדערע זייט ווייסעך נישט ווי א גרויסע אפעקט עס וועט האבן אויף די פרייזן וויבאלד נישט ביי צופיל אומות וועט מען זיך איבעררייסען צו האבן ''אייגענע'' זש''ק, אפילו אויב אינשורענס באצאלט עס, אנדערש ווי ביי אבאמע קעיר וואס האט ערענסט ארויפגעריקט די אינשורענס קאסטן.שקר גמור האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 10, 2023 5:51 pmאיך מיין נישט צי גיסן קיין קאלט וואסער אבער אינשורענס גייט מן הסתם ארויפגיין אויב די ביל וועט דורוכגיין וויל איך וויסן און וועלעכע אנדערע לענדער און די וועלט האט שוין אזא סיסטעם מארגערעטאן אויף קולמא זאגט אפאר מאל אז 'אסאך' לענדער צאלן עס שוין איךל בין נייגעריג צי ווער יענע לענדער זענען
די איינצוגסטע פראבלעם וועט זיין אויב די אינשורענס קאמפעניס וועלן קוקען אויף די זיפ קאויד'ס.
אבער יא ס'וועט זיין א גרויסע חידוש אויב און אזא ליבעראלע וועלט וועט מען קענען דורעכפירן אזא 'קאנסערוואטיווע' און 'טראדיצניאלע' ביל אפשר וועט מען מיזן אריינלייגן עפעס א סיעף וועגן קעץ און פלעסטיק שטרויס...
נישט יעדע קאריקאטור אויף ליבעראלן מוז מען גלייבן, ספעציעל ווען עס איז אזוי ווייט אפגערוקט פון די פאקטישע מציאות.
אביסל איבערגעטריבן.
נישט אלע וואס רופן דאס רציחה האבן א פראבלעם מיט אינפערטיליטי באהאנדלונג. א געוויסע עלעמענט האבן א רעליגיעזע/מאראלישע פראבלעם מיט די באהאנדלונג זעלבסט, אנדערע מיט רעגירונג שטיצע, און אזוי ווייטער.