זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?
ווי יעדעס יאר טוט זיך שוין ווייטער טישן און בענק ארום די אינטרעסאנטע מנהגים וואס אחב''י יושבי ניו יארק סיטי והגלילות האבן זיך איינגעפירט במשך די זומער וואכן אז א גרויסע פראצענט משפחות פארן צו קאנטרי פאר די גאנצע זומער מיט די אלפים ורבבות וואס דאס קאסט אפ, די עלטערע יונגלעך, מיידלעך און בחורים גייען צו קעמפ פאר פיר אדער אכט וואכן, די גאנצע שפיל קאסט אפ שווערע טויזענטער פון אלע זייטן, און וויפיל מ'האט שוין פרובירט צו טוישן די מהלך, וויפיל מ'האט שוין געשריגן ווער ס'איז שולדיג און ווי זענען די עסקנים בלייבט עס נאך אלץ ביים אלטן.
איך גיי נישט פרובירן ארויסצוברענגן ווי גוט די סיסטעם איז וכו'', איך וויל נאר ארויסברענגן א געוויסע נקודה, און איך האף אז מ'גייט מיך נישט שיסן...
ס'דרייעט זיך דורך מיליאנען אין די היימישע עקאנאמיע אדאנק דעם וואזשנעם משוגעת, קעמפ''ס, קאנטרי''ס, גראסערי''ס, קאנסטראקשען, רעסטוראנטן, רעדנערס, אטראקציעס, אקטיוועטי''ס, דעליווערי, טראנספארטאציע און אזוי ווייטער און ווייטער, ס'דא וואס זייער פרנסה פונעם גאנצן יאר קומט פון דעם.
ווער בענעפעטירט דערפון גאר אסאך ? לייענט און שטוינט.
כלי קודש און בני תורה.
ווער זענען אלע אדער רוב מלמדים, מדריכים, משגיחים, טיטשער''ס, קאונסלער''ס פאר קליינע מיידלעך ?? הונדרעטע כולל יונגעלייט, פרויען וואס וואס זענען טיטשער''ס אגאנץ יאר, גייען זומער צו די קאנטרי און מאכן פון דארט געלט פאר א שיין חלק יאר. כמה וכמה משפחות וואס לערנען אין ארץ ישראל קומען אפילו אריין פאר די צוויי חדשים זיך צו קענען סופארטן פאר די קומענדיגע יאר.
וויפיל מלמדים און כלי קודש זענען פארהאן וואס גייען קיינמאל נישט אויף וואקאציע, מחוסר ממון ומחוסר זמן ווייל זיי דארפן אייביג זיין אין חדר פאר די קינדערלעך, זיי האבן זייער איינציגע סעמי מנוחת הנפש ווען זיי גייען אין קאנטרי, באקומען א באנגעלוי צו זיין א מלמד, און דאן רוען זיי זיך אפ און שעפן כוחות פאר די קומענדיגע יאר ?? גאר אסאך.
ס'דא אסאך חשוב'ע יונגעלייט וואס ארבעטן נאר אין די זומער זייענדיג קאנטרי מענעדזשער''ס, באס דרייווערס, מקוה יודן, און נאך און פון דעם מאכן זיי געלט צו לערנען אגאנץ יאר.
נאכאמאל, איך זאג נישט אז די סיסטעם איז א גוטע סיסטעם, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי כעת, איז די סילווער ליינונג דערפון אז אסאך בני תורה זענען זיך מפרנס פון דעם בדרך כבוד.