די חוצפה'דיגע בין
געווען איז עס אין די שפעטע נאכט שעה'ן ווען די דראמאטישע פאסירונג האט זיך אפגעשפילט, מיינע ציינער ציטערן נאך פון די געשיכטע וואס האט ווירקליך פאסירט אויף מיין הויט און ביין, די סקרוך וואס איך האב דאן געכאפט וועט זיך נישט צו שנעל שיידן פון מיין גוף, און די אגנסט און שרעק וועט געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן
מיט ציטערדיגע פינגער זעץ איך זיך צו מיטטיילן מיטן ציבור מיין אומדערהערבארע מעשה, וכך היה:
נעכטן נאכט באישון לילה, עס הערשט א שטילקייט אין מיין שלאף שטוב, די גערויש פון באטאג איז גענצליך גענדיגט, די האריזאנט איז באדעקט מיט שווארץ גרויע וואלקענעס, און די לופט איז פייכט ווען עס בלאזט צו די זייט א געשמאקע ווינטל וואס האט אריינגעבלאזן פון מיין אפענע פענסטער וואס געפונט זיך צוקאפנס פון מיין מיטה, די לופט האט טיף אריינגעדרינגן אין מיין קערפער און מיט א רואיגע געמיט גרייט איך זיך צו ווערן אויסגערוט פארן מארגענדיגע פרישע טאג, ליגענדיג אזוי איינגעזינקן אין מיין מחשבות גרייט פארן קומענדיגע פאזע פון אנהייבן חלומען
ווען פלוצלינג הער איך א דינע גערויש פון העכער מיר, און דאן שטיל! און ווידער אן אינטערסאנטע קול וואס ברומט הארט העכער מיר... מיט א אימפעט האב איך זיך אויפגעשטעלט, ווען די שרעקעדיגע ברומען קראצט מיר אריין אין נאז, און נישט מער און נישט ווייניגער האבן מיינע אויגן באמערקט א חוצפה'דיגע בין וואס האט מחליט געווען מיר צו קומען שטערן און די רואיגע נאכט שעה'ן!
ווי א סאלדאט האב איך גלייך אריינגעטאנצן אין עקשען, און מיט ענערגיע פון א בר מצוה בחור'ל האב איך מיט א אימפעט אראפגעשפרינגן פון בעט און באטראכט די סצענע ווי א גענעראל אויפן פראנט וואס ברויך מאכן החלטות און געציילטע סעקונדעס, יעדע ליאדע סעקונדע מאכט אויס און איז קריטיש, מיינע אויגן האבן זיך שארף געוואנדן צום שפאלט צווישן די דאך און וואנט ווי די חצפה'דיגע בין האט געטראפן זיין אפרוה ארט און באהעלטעניש פון מיר, הערסטע? די בין וואס קומט אריין ווי א רויבער ביי מיר אין צימער באהאלט זיך אין מיין שטח! די צארן האט געברענט אין מיר...
צום ערשט האב איך געשפריגן צום אריינגאנג פונעם שטוב און געפענט דעם טיר גרייט ארויסצולויפן על כל צרה שלא תבוא, אז אין פאל פון נויט זאל איך האבן ווי צו לויפן, און אט האב איך זיך געגרייט צום קאנטער אפענסיווע, וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען, איך האב מיט א געניטע פלינקייט ארויפגעשפרינגן אויף א בענקל וואס האט זיך געפונען הארט אונטער דעם באהעלטעניש פונעם מחוצף בשעת ווען מיין רעכטע האנט איז באוואפענט מיט א לאנגע שטעקן און מיין לינקע הענט מיט א ספעציעל ספרעי וואס שפריצט סם פאר אזעלכע חוצפה'דיגע אינזעקטן אין פאל פון נויט
און דאן האב איך מיט א אימה ופחד אבער מיט א אינערליכע שטארקייט אנגעכאפט דעם שטעקן און קלאפ געטאן אויפן דאך וואס האט פאראורזאכט אז די בין זאל ארויסקוקן, ביים דעם געלעגנהייט האב איך א שפריץ געטאן מיטן סם המוות ספרעי, און מיט א געפיל פון נצחון זע איך מיט מיינע אויגן ווי דער חציף ומחוצף פאלט אראפ צום ערד א טויטער! ווי פלעגט מיין רבי זאגן? געטייטעט זאל ער געטייטעט ווערן! כן יאבדו כל אוביך השם!!!