סינטעטישע ביבער היטן

קליידונג און קלינערס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17956
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:06 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:26 pm
כשרן פסח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:05 am
סאיז דא עפעס אין דיין דיקשענערי וואס מיינט יא רייטן אויפן ציבור? אדער עס עקזעסטירט נישט בכלל אזא זאך ביי אייך?
וויפיל געחט מאכט דער הוט געשעפט פער הוט וואס ער פארקויפט?
רעכן ביטע צאם וויפיל עס קאסט אים די מאטריאל, פראדוקציע, שיפינג, רענט, לעקטער, ארבעטער, א.א.וו.

זאג מיר ביטע וויפיל ער מאכט פער הוט
ער פארלירט
איך האב דאס געזאגט?

איך פרעג "וויפיל" ער מאכט, פינטל.

אויב מאכט ער קוים עטליכע פראצענט פער הוט הייסט עס נישט געריטן אויפן ציבור - אפילו אויב ער פארקויפט מיליאנען הוטן און ווערט א מיליאנער
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לפנות בוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:04 pm
דו קענסט פרעזענדליך נגידים פון די הוט פארקויפן אינדוסטריע?
וואס פאר א גערעדאכץ איז דאס?? אזוי מעסט מען צו איינער איז א חיה? אויב איז יענער א נגיד? די מארקסיסטישע געדאנקענגאנג זעט מען איבעראל.. דער גראסערי מאן איז רשעות'דיג ווייל ער האט געלט, און דער חלה טייג פארברענען מעג בעטן וויפיל ער וויל ווייל ער גייט מיט א שמיציג רעקל??
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

שטארק זיך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 12:42 am
די נאבל הוט איז הערליך ממש, מיין בחורל גייט שבת און אינדערוואכן מיטן דעם וויבאלד עס איז פשוט שענער, באקוועמער אין פראקטישער ווי דער ׳אמת׳ער׳ ביבער הוטל געמאכט פון הוזן שטאָף.

הערשט וואס איך זאג אייך

די נאָבל הוט גייט טאָן מיטן אריגינאלן סאמעטענעם הוט, וואס דער פאליעסטער בעקעשע האט געטוהן מיטן זיידענעם

זאגט אז איר האט עס געזעהן דא ערשט
גם אני מצטרף לכל הנ"ל
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:13 pm
לפנות בוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:04 pm
דו קענסט פרעזענדליך נגידים פון די הוט פארקויפן אינדוסטריע?
וואס פאר א גערעדאכץ איז דאס?? אזוי מעסט מען צו איינער איז א חיה? אויב איז יענער א נגיד? די מארקסיסטישע געדאנקענגאנג זעט מען איבעראל.. דער גראסערי מאן איז רשעות'דיג ווייל ער האט געלט, און דער חלה טייג פארברענען מעג בעטן וויפיל ער וויל ווייל ער גייט מיט א שמיציג רעקל??
100 פראצענט!
קוק אויף וואס איך בין מגיב.............
לפנות בוקר
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

לפנות בוקר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:04 pm
כשרן פסח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:15 am
קנאפער ידען האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:11 am
כשרן פסח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:05 am
סאיז דא עפעס אין דיין דיקשענערי וואס מיינט יא רייטן אויפן ציבור? אדער עס עקזעסטירט נישט בכלל אזא זאך ביי אייך?
אוודאי אזוי. א דאנק פארן פרעגן מיין מיינונג...

אויב אן אייטעם קאסט צו פראדעצירן און שיפן $30 און ער טשארדזשט $350 הייסט עס רייטן אויפן ציבור.

און דאס איז געווען וואס יענער האט בעיסיקלי געשריבן אז עס איז אזוי. און דער עכטער אמת איז אוודאי נישט אזוי.

אוודאי איז דא אסאך דרגות אינדערמיט, אבער די ליין פון רייטן אויפן ציבור ווערט מער און מער בלורי ווען עס קען זייער מעגליך זיין אז דער היטן פארקויפער מאכט נישט אזאנע גרויסע פערצענטן. סתם שרייען אז יענער רייט אויפן ציבור בעת וואס דער קאמפעטישן וואס מאכן שוין פאלשע פלאסטישע קען נישט פארקויפן פאר אזוי פיל ביליגער איז נאריש.
די סאליד הוטן געשעפטן לייגן ארויף א פיינע מארקאפ, אשאד צו פארקויפן ברידזשעס פארן עולם , זיי זענען נישט קיין גרויסע נגידים פון ביטקוין, און יא איך קען אביסעל פון די נאנט אינפארמאציע, סאיז ריין רייטן אויפן ציבור בגדול , און די קוואליטי ווערט נאר שוואכער
דו קענסט פרעזענדליך נגידים פון די הוט פארקויפן אינדוסטריע?
יא מער ווי איינס און איך פארגין עס זיי, אבער סאיז געריטן אויפן ציבור פאר א נעסעסעטי אידישע אייטעם
לעצט פארראכטן דורך כשרן פסח אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשרן פסח
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:25 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרן פסח »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:45 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:06 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:26 pm
כשרן פסח האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:05 am
סאיז דא עפעס אין דיין דיקשענערי וואס מיינט יא רייטן אויפן ציבור? אדער עס עקזעסטירט נישט בכלל אזא זאך ביי אייך?
וויפיל געחט מאכט דער הוט געשעפט פער הוט וואס ער פארקויפט?
רעכן ביטע צאם וויפיל עס קאסט אים די מאטריאל, פראדוקציע, שיפינג, רענט, לעקטער, ארבעטער, א.א.וו.

זאג מיר ביטע וויפיל ער מאכט פער הוט
ער פארלירט
איך האב דאס געזאגט?

איך פרעג "וויפיל" ער מאכט, פינטל.

אויב מאכט ער קוים עטליכע פראצענט פער הוט הייסט עס נישט געריטן אויפן ציבור - אפילו אויב ער פארקויפט מיליאנען הוטן און ווערט א מיליאנער
און "אויב" מאכט ער מער ווי קוים עטליכע פארצענט?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17956
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דערפאר פרעג איך וויפיל קאסט א הוט, און וויפיל איז די פארדינסט?

געדענק ביטע אויך אריין צו רעכענען די אווערהעד, למשל אויב דארף ער אויסלייגן א מיליאן דאלער און ער דארף ארויס נעמען א לאון דערפאר, איז ער בארעכטיגט צו פארדינען מער ווי דריי פראצענט...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

געזען דעם נאבל הוט. א הערליכע זאך, שיין, שטארק. איך שטים צי צו דער וואס האט געשריבן אז א עכטע רעביט הוט וועט זיין ווי א עכט זיידענע בעקיטשע (וואס דער בעל ה'העטוב האלט אז א עכטע הוט ברויך קאסטן $500... )
(בד"וו מיין זיידע און איינע פון מיינע פעטערס האבן נאך אין קלאזעט עכטע ביבער הוטן — וואס ווערט בד"וו אויך נישט חרוב אזוי שנעל ווי די רעביט הוטן, און וועגט לייכט ווי א פעדער. דשאסט סעינג)

אבער פארווואס קאסט עס אזוי טייער, איז נישט $200 צו טייער דערפאר?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שטויביג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:06 pm
געזען דעם נאבל הוט. א הערליכע זאך, שיין, שטארק. איך שטים צי צו דער וואס האט געשריבן אז א עכטע רעביט הוט וועט זיין ווי א עכט זיידענע בעקיטשע (וואס דער בעל ה'העטוב האלט אז א עכטע הוט ברויך קאסטן $500... )
(בד"וו מיין זיידע און איינע פון מיינע פעטערס האבן נאך אין קלאזעט עכטע ביבער הוטן — וואס ווערט בד"וו אויך נישט חרוב אזוי שנעל ווי די רעביט הוטן, און וועגט לייכט ווי א פעדער. דשאסט סעינג)

אבער פארווואס קאסט עס אזוי טייער, איז נישט $200 צו טייער דערפאר?
ויש לומר אז עס איז טייער ווייל אויב וואלט עס געקאסט בלויז הונדערט טאלער וואלט עס קיינער געקויפט...
״איך גיי נישט מיט קיין גארביטש אויפן קאפ״
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

איך האלט אז די בעסטע איז צו קויפן די עכטע ביבער הוטן און אכטונג גיבן דערויף און קלינען מזמן לזמן
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

נייע ניק האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:04 pm
איך האלט אז די בעסטע איז צו קויפן די עכטע ביבער הוטן און אכטונג גיבן דערויף און קלינען מזמן לזמן
אי"ה שיק מיר א גריס ווען דו האסט דריי בחורים.....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7661
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

נייע ניק האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:04 pm
איך האלט אז די בעסטע איז צו קויפן די עכטע ביבער הוטן און אכטונג גיבן דערויף און קלינען מזמן לזמן
צאלן $400 און נאך דארפן וואטשען אויך....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

כ'זיך צו קויפן א סינטעטישע היט, און כוויל האבן די פאקטן.

קרויס-וויליאמסבורג האט מיר געזאגט אז די פרייז פון א נאבעל איז $150 (נישט $200 ווי דא באריכטעט), און א געהעריגע היט איז $350.
ער האט מיך געוויזן די היט, אבער די ברים איז אביסל אויפפאלנד הויעך און מאדנע פאר איינער וואס איז צוגעוואוינט צו א קרויס היט. דערנאך קומט צו די חסרון אז ס'ווערט איינגעבויגן אויב מ'האלט עס נישט אין די באקס.

'ביבער' בעהט $269, זיי האבן געשריבן אויף זייער עד אז ס'האלט זיך אין שעיפ.

איז די ברים אויך שענער?

וואס געשעט ווען ס'ווערט פארעלטערט, מ'קען טוישן די סחורה'ס ארום ווען ס'ווערט ברוין?

ווערט די האר קיינמאל נישט אראפגעלייגט, אפי' ס'פאלט אראפ איבערגעדרייטערהייט?

ווערט די האר אויסגעריבן שנעלער ווי די עכטע היטן?
לעצט פארראכטן דורך ברעיסעס אום מיטוואך מאי 15, 2024 10:02 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

ביבער איז עוועיליבל אין ווילי?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גוטע נייעס. אראפגעלאזט די פרייז איז משמע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

געזען די היט ביי א בחור און ביי קרויס, הערליכע היט אבער עס איז אביסל העכער ווי די געווענדליכע היטן און מאכט עס אויסזעהן ווי א צילינדער, געוואלט קויפן אבער איך וועל ווארטן אויף די נייע שיפמענט ווי עס הייסט זיי גייען עס מאכן נידעריגער די זעלבע ווי קרויס היטן.
אפשר די ערשטע 2 וואכן איז קרויס שענער אבער פון 2 וואכן (נאך 2 מאל אראפפאלן און איין מאל זיין אינטערן מעיל) ביז 2 יאר איז זיכער דאס שענער.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

ברעיסעס האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 9:48 am
כ'זיך צו קויפן א סינטעטישע היט, און כוויל האבן די פאקטן.

קרויס-וויליאמסבורג האט מיר געזאגט אז די פרייז פון א נאבעל איז $150 (נישט $200 ווי דא באריכטעט), און א געהעריגע היט איז $350.
ער האט מיך געוויזן די היט, אבער די ברים איז אביסל אויפפאלנד הויעך און מאדנע פאר איינער וואס איז צוגעוואוינט צו א קרויס היט. דערנאך קומט צו די חסרון אז ס'ווערט איינגעבויגן אויב מ'האלט עס נישט אין די באקס.

'ביבער' בעהט $269, זיי האבן געשריבן אויף זייער עד אז ס'האלט זיך אין שעיפ.

איז די ברים אויך שענער?

וואס געשעט ווען ס'ווערט פארעלטערט, מ'קען טוישן די סחורה'ס ארום ווען ס'ווערט ברוין?

ווערט די האר קיינמאל נישט אראפגעלייגט, אפי' ס'פאלט אראפ איבערגעדרייטערהייט?

ווערט די האר אויסגעריבן שנעלער ווי די עכטע היטן?
איך בין נישט קיין מבין א גרויסער אבער מיינע בחורים זאגן אז ביבער האט שענערע ברימס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
נייע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:35 am

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע ניק »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:12 pm
ברעיסעס האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 9:48 am
כ'זיך צו קויפן א סינטעטישע היט, און כוויל האבן די פאקטן.

קרויס-וויליאמסבורג האט מיר געזאגט אז די פרייז פון א נאבעל איז $150 (נישט $200 ווי דא באריכטעט), און א געהעריגע היט איז $350.
ער האט מיך געוויזן די היט, אבער די ברים איז אביסל אויפפאלנד הויעך און מאדנע פאר איינער וואס איז צוגעוואוינט צו א קרויס היט. דערנאך קומט צו די חסרון אז ס'ווערט איינגעבויגן אויב מ'האלט עס נישט אין די באקס.

'ביבער' בעהט $269, זיי האבן געשריבן אויף זייער עד אז ס'האלט זיך אין שעיפ.

איז די ברים אויך שענער?

וואס געשעט ווען ס'ווערט פארעלטערט, מ'קען טוישן די סחורה'ס ארום ווען ס'ווערט ברוין?

ווערט די האר קיינמאל נישט אראפגעלייגט, אפי' ס'פאלט אראפ איבערגעדרייטערהייט?

ווערט די האר אויסגעריבן שנעלער ווי די עכטע היטן?
איך בין נישט קיין מבין א גרויסער אבער מיינע בחורים זאגן אז ביבער האט שענערע ברימס.
איך אויך נישט קיין מבין און ס'זעהט מיר אויך אויס שענער
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

ביבער איז עוועיליבל אין ווילי?
כ'העט געוואלט א בליק טאן דערויף
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 7:46 am
מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:08 am
תבלין כנגדו האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 6:26 am
די גאנצע נושא פון מאכן א ויצעקו אנקטגען די היימישע מלבושים ווי צו זאגן אז דארט איז די הונט באגראבן איז אין מיין מיינונג זינלאז.

מ'רעדט פון א געמיינדע וואס לעבט א חיים טובים אין יעדע עספעקט, מ'גייט אריין אין געשעפט וועכנטליך צו מאכן אן ארדער, מ'סווייפט אראפ רעכטס און לינקס.
מ'פארט לוקסריעזע וואקאציעס אין ווערד פון צענדליגע טויזנטער דאלארן.
מ'מאכט חתונה פאר שווערע רבבות.
מ'גייט אין קעמפ קאנטערי פאר נאך צענדליגע טויזטער דאלארן.
פרויען קליידונג קאסט ווייטער אסטראנאמישע סכומים.
און דא מאכט מען א ויצעקו פארוואס א הוט קאסט דריי מאות אנשטאד צוויי מאות.
איך קוק עס ממש אן ווי מ'זוכט צו אויסגעבן ווייטאג און מ'האט געטראפן א קרבן.
ווי לאנג שטריימעל סוחרים פארקויפן שטריימלעך פאר צען אלפים הייב איך נישט צו באגרייפן פארוואס מ'רעדט אפילו וועגן הוטן ווען די גרעסטע חילוק וואס דאס קען ברענגען איז צוויי דריי הונדערט דאלאר אראפ אויפן יאר. מאדנע.
כ'מיין מ'קען קענסלען אלע קאמפיינס פאר די קומענדיגע יאר צוליב וואס ס'איז ארויסגעקומען די נייע פלאסטישע הוט.
געגעבן יעדן אזא ווארף אריין אין איין זאק, און די הוט מעג שוין קעסטן אין מאה הששית

ס'איז דא הונדערטער משפחות וואס גייען אין גראסערי און טשעקן די פרייזן, וואו מ'קען שפארן א דאלער צוויי אויף א פראדוקט
ס'איז דא הונדערטער משפחות וואס זענען נישט טועם טעם וויקאציע, און אויב יא די מינימום שבמינימום
ס'איז דא הונדערטער משפחות וואס שפארן טויזענטערס ביים חתונה מאכן, און ווערן נישט איבערגענומען פון וואס 'יעדער' טוט
ס'איז דא הונדערטער משפחות (און אין אפסטעיט טויזענטער) וואס ווייסן נישט פון די קעמפ/קאנטרי גזירה
ס'איז דא הונדערטער משפחות וואס גייען שאפינג צו קויפן פאר ביליג פרויען קליידונג, און א מחותנת'טע קלייד קאסט נישט קיין 10 אלפים
ס'איז דא הונדערטער משפחות וואס דער מחותן קויפט זיך א שטריימל פאר 2-3 אלפים און ס'קלעקט אים פאר אלע קינדער'ס חתונה

יעצט אוודאי נישט ביים הוט ליגט דער הינט באגראבן, נאר ווי אויבן געשריבן, דא איז נישטא קיין גוי'אישע אויסוואל שרייט מען דא
אבער די זעלבע שרייען ביי די היימישע מאנאפאל פרייזן אויף סיי וועלכע זאך מ'דארף אנקומען צו אחינו בשרינו
כ'זעה אלע קליידער סטארס אין די לאקאלע גאסן פארקויפן טייערע סחורה, וויפיל פראצענט מענטשן קויפן שיך אין באזאר?
די מארקעט איז צוגעשטעלט פאר בני מלכים
אדרבה זאל איינער עפנען עפעס א געוועלב אין א בעיסמענט ארויס פון שטעטל ווי מ'וועט פארקויפן אלטע קרויז היטן פאר האלב די פרייז און זאגשע מיר וויפיל אידן גייען קומען מארשירן אהין.
ס'איז אסאך לייכטער צו קויפן טייערע היטן און דערנאך נעמען פון די יואלי לאנדא חלוקה.
ס'איז למעשה נישטא קיין באווייז אז הוטן זאלן נישט מעגן קאסטן איבער דריי מאות, מעגליך אז מ'קען אריינברענגען א שוואכערע שיפמענט אבער ס'איז שווער צו זאגן אז עס גייט זיין א מארקעט דערויף אזוי ווי די היסטאריע האט שוין באוויזן מיט יארן צוריק וועט מ'האט אויספארקויפט אלטע סחורה.
סך הכל פון דיין תגובה די רעדסט פון זיפ 10950 שטעטל
אין ער רעדט פון זיפ 11206
איר ווייסט אז אין 10977 איז דא א געוועלב פון געניצטע מלבושים העכער 4000 ס׳פ וואס אידן קומען טעגליך קויפן
אין סאיז דא אסאך יודענעס וואס דרייוון א מעקעלערן סטראלער,יא סאיז אויך דא וואס קויפן טייערע מלבושים,אין טייערע קערידזשעס ועוד
אבער קיינער פון די געמיינדע וואס האסט דערמאנט פאלט אפי נישט אריין בטעות אין די געוועלב סאו א היט טאר נישט קאסטן איבער דריי מאות
א שטאלצע נאבעל קונד
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

עס הייבט אהן שלאגן ווארצלען.
די ערשטע מאהל אין היסטאריע וואס איך געדענק, קרויס הוטן מאכט א סעיל. עס איז אבער ווייט נישט די אמאליגע ’ביליגע פרייזן’.
(בד”וו משה’ס שיך מאכט אויך א סעיל... אייביג)
אטעטשמענטס
20240521_090125.jpg
20240521_090125.jpg (126.06 KiB) געזען 201 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

פון ווי קומט די עד?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

ברעיסעס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:12 am
פון ווי קומט די עד?
מאנסי לוח הציבור
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

מ'קען נישט ליינען געהעריג.

וועלכע היט איז $50 אראפ, די נאבעל?

די סעיל איז נאר אין מאנסי אדער אויך אין וויליאמסבורג?
ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

Re: סינטעטישע ביבער היטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

איך האב גראדע נעכטן געקויפט א 'ביבער' היט, און לעניית דעתי איז עס הערליך שיין, סך שענער פון די 'נאבעל'. טאקע אביסל גלאנציג/מאט ווי אויבן דערמאנט, אבער נישט אויפפאלנד.

כ'האף אריינצוקומען מיט א באריכט אין א שטיק צייט ארום צו כ'בין נאך טאקע צופרידן, און וואס ס'גוט צו וויסן איבער די היט, ווייל די אשכול דא איז גאר ארעם מיט אינפארמאציע איבער די סינטעטישע היטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “מלבושים”