יעדע מענטש קען אלעס!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אזייגער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm

יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזייגער »

עוזר איז א טיפישער אינגערמאן פארטון מיט זיין גאנצן וועזן אין זיין פאך פראבירנדיג צופרידן צושטעלן זיין בעל הבית אויפן בעסטן אופן.

ער מאכט זיכער צו זיין אין אפיס יעדן טאג אין די באשטימטע צייט, אויספירן זיינע פליכטן, און גארט צו קריגן זיין ערליך פארדינטן טשעקל.

עטליכע טריט אוועק פון זיין אפיס זיצט זיך ר' משולם - זיין בעל הבית - און גייט איבער די ביכער פון די פירמע. גאר גרינטליך קוקט ער נאך פארוואס די פופצן הונדערט דאלער איז אויסגעשריבן געווארן צום רייניגער, ווי אזוי קומט מען אויף מיט א געדאַנק אַז די באקסעס זאלן פארנעמען עטוואס מער סחורה, און פראבירט טרעפן נאך אפאר דאלער וואס מען קען שפארן פון די אויסגאבן פון די פירמע.

נאכן נישטערן אביסל איז אים איינגעפאלן א געדאַנק. נעמליך, איינע פון די שטארקע קאָסטן אויף וואס די קאמפעני שפענדט איז די באשיידענע סכום וואס גייט אראפ אויפצוהאלטן דעם מענעדזשער פון די דעליוועריס. דען אזא גרויסע פירמע ווי F&T שיקט ארויס פיל מאל גיגאנטישע טרעקלעך מיט ארטיקלען וואס זענען פראדעצירט געווארן ביי זיי אין פעקטארי, און איינער דארף דאך פארפיגן אויף די באשטעלונגען עס זאלן זיך נישט מאכן קיין טעותים, צום ביישפיל, א נישט ריכטיגע שיפמענט, אדער יעדע אנדערע פאנטשער וואס קען אונטערקומען אין די פארנומענע סעזאנען.

נאכן איבערגיין די חשבונות האט ר' משולם איינגעזען אז עס לוינט נישט אויפצוהאלטן אן ארבעטער בלויז פאר די עקספארט. מיט זיין שארפן ביזנעס קאפ האט ער זיך בארעכענט אז עס וואלט זיך אים ליבערשט געלוינט צו הייבן אין ראנג איינע פון די פילצאליגע ארבעטער, און מיט א נישטיגן סכום צוגעלייגט צו יענעמ'ס פארדינסט זאל ער טון א צווייפאכיגע ארבעט.

ער האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין בענקל, אויסגעשפרייט די הענט און פיבערהאפטיג געקלערט ווער עס וואלט געווען פאסיג פאר דעם שטעלע.

אפשר משה נחום? ניין, ער וועט נישט דערהייבן דעם לאסט. שמואל חיים איז שוין גענוג פארנומען אזוי אויך. נו ווער יא? ער האט געביסן זיינע פינגערס נערוועזערהייט ביז ער איז געפאלן אויף א געדאַנק. עוזר, אוודאי, פארוואס האט ער נישט פריער געטראכט דערפון.

עוזר איז דאך נישט אזוי פארנומען, ער איז א געראטענער מאן, און צוגאב איז ער שטארק געטריי.

מיטן גוטן געפיל איבער זיין געלונגענעם אויסוואל האט ער זיך פארבינדן צום אפיס טישל פון עוזר, ווען דער לעצטער האט געענפערט דעם רוף ביים צווייטן קלונג אינגאנצן פארוואונדערט וואס עס ברענגט דערצו אז זיין בעל הבית זאל אים אנרופן אינמיטן טאג אזוי אומגעראכטן.

"א גוטן עוזר, ביסט פארנומען יעצט? אה... וואלסט געקענט אריבערקומען אין מיין אפיס פאר אפאר מינוט? יא, אביסל דרינגענד... אין עטליכע מינוט? ערלעדיגט, איך ווארט אויף דיר, כל טוב."

געציילטע מינוטן שפעטער האט זיך געהערט א קלאפ אויפ'ן טיר פון ר' משולם. עוזר איז אריינגעקומען און ר' משולם האט אים פארבעטן זיך צו זעצן. אן קיין לאנגע הקדמות איז ר' משולם צוגעגאנגען צום ווארט.

ער האט פארגעלייגט זיינע ענטוזיאסטישע פלענער פאר עוזר איבער זיינע לעצטע באשלוסן, זיך גרייטנדיג אויף די פולע הסכמה פון זיין געטרייען ארבעטער, אבער צו זיין שאק האט יענער געצויגן מיט די אקסלען.

ר' משולם האט פראבירט צו איבערצייגן עוזר אז דאס איז אן איינמאליגן פארשלאג וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, מיט א גלענצעדן געלעגנהייט צו שטייגן אין די רייען פון די פירמע מיט א גוט באצאלטן פארדינסט, אבער זיינע רייד זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

ר' משולם איז געווען צומישט. דא שלאגט ער פאר א געלעגנהייט פאר זיין געטרייען ארבעטער, און וואונדערליך וויל יענער נישט אננעמען דעם אנבאט. עוזר האט נישט געלאזט זיין בעל הבית צו לאנג קווענקלען נאר איידעלערהייט אים ערקלערט אז ער האלט אז ער איז נישט פאסיג פאר דעם פליכט.

זעענדיג די אנטשלאסענקייט אין עוזר'ס אויגן האט ר' משולם מיט א קרעכץ אים צוריקגעשיקט צו זיינע טעגליכע פליכטן און די רעדער פון זיין מוח האבן זיך געדרייט אויף וועם נאך.




דאס פרישע פארפאלק האבן געגעסן די ווארעמע זופ מיט א געמיטליכקייט. עס איז געווען קוים געציילטע וואכן נאך זייער דערהויבענע חתונה בשעה טובה ומצלחת, ווען דער פרישער אונגערמאן האט געבראכן די שטילקייט.

קענסט אונזער נייע שכן אביגדור? איך האב געטראכט אז אפשר איז זיין טאכטער פאסיג פאר מיין געוועזענעם חברותא מאיר. ער איז א געלונגענע בחור פיל מיט מעלות, איך קלער אז עס וואלט געקענט ארבעטן.

אבער גארנישט האט פאסירט. די קומענדיגע טעג האט זיך ראובן ארומגעדרייט פאר'שיכור'ט פון זיין געוואלדיגן בייפאל, אבער נישט גענומען די מיה צו מאכן דעם פשוט'ן טעלעפאן קאל.ַ

ער האט פשוט געציטערט. זיין חבר האט אים איינמאל דערציילט ווי אזוי עלטערן פירן זיך אויף ווען מען טראגט זיי אן א פארשלאג, און די נישט שיינע באנעמונג וואס די רופער קריגן.

זיין אשת חיל האט אים גראדע איין טאָג געפרעגט וואס מיט דעם געדאַנק איז געווארן, אבער חוץ א אומבאלומפערטן תירוץ האט ער גארנישט געענפטערט.

די טעג זענען געקומען און די וואכן זענען געגאנגען, און צוביסלעך איז דער געדאנק ארויסגעפלויגן פון זיין קאפ.




אין בארא פארק איז דא א איד, גאנץ באקאנט, וואס צוליב זיין אימווילן וועט ער בלייבן אנאנים.

ער איז אויפגעצויגן געווארן אין זייער א ארימע שטוב, אן קיין שום צוקונפט. א דורכשניטלעך בחור'ל געווען וואס קיינער האט אים נישט געשאנקען קיין צווייטן בליק.

גליקליכערהייט האט ער חתונה געהאט אין א גוטע שעה, אין ארויסגעקוקט אויף א געשמאקן לעבן.

עטליכע יאר נאך זיין חתונה האט ער געדארפט ארויסגיין צו די גרויסע שרעקעדיגע ביזנעס וועלט. א פרישער אינגערמאן, אן קיין שום וואוסנשאפט צו געשעפטן, אן דעם טאטן'ס עקספערטיז אינעם פינאנציעלן וועלט האט ער פראבירט צו מאכן א גרינגן דאלער.

א שטיק צייט שפעטער האט ער באשלאסן: איך גיי ווערן א עושר. אפגעמאכט. שטעל דיר אויפן קאפ. ער האט זיך געמוטשעט, דורכגעפאלן, מיטגעמאכט אנזעצעס וואס וואלטן יעדן נארמאלן מענטש אויסגענאגט דאס לעצטן טראפן בלוט, אבער ניין, ער האט א ציל. א עושר האט מען גערעדט.

ער האט געשפיגן בלוט, געגעסן דעם גאל, אבער דעם ציל האט ער געגרייכט. ער איז היינט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע נגידים וואס דער היימישער ציבור פארמאגט.

דו ליינער! יא יא, צו דיר רעד איך, וואס ביסטו אנדערש פון אים? דו קענסט נישט גרייכן דעם שפיץ בארג? וואָס מיינסטו, ער קען יא? האט ער דען געהאט די מעגליכקייט? ער איז געווען די געלעכטער ביי אלע זיינע פריינט מיט זיינע גראנדיעזע פלענער. איבעראל איז ער געווען דער חוזק. אבער נאר געווען.

ווען דו באשליסט סיי וואס, אין יעדן פראפעסיע, תורה, ביזנעס, ריעל עסטעיט, מעדיקל, געדענק! אויב קוקט עס אויס אוממעגליך, האסטו עס, דא איז עס באגראבן.

אויב קוקט עס אויס גאר שווער, פריי דיך און טאַנץ פאר שמחה. געדענק דעם וועלט'ס ווארט: א גוטע זאך קומט אן שווער. די וועלט קען מען נישט פאר'נער'ן...

דו קענסט יא!!!

געדענק!!!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

איך קען טאקע מצליח זיין אבער איך וויל נישט. פינטל.
אזייגער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזייגער »

אלזא אסאך הצלחה אין די נישט ווילן אינדוסטריע
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

שטארק שטארק !!!!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: יעדע מענטש קען (נישט) אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הערליכע ארטיקל, זייער שיין ארוסגעברענגט דיין פרעספעקטיוו.

דער פראבלעם:
נישט יעדער איז געאייגנט אויף אלעם.
למשל מר אנאנים האט די אייגנשאפט צו נעמען ריסק (יא דאס אליינס איז א כשרון) און ער איז גוט דערין, א צווייטער וואס האט נישט די אייגנשאפט, און נאכן ליינען א ביכל, ארטיקל אדער מקוה שמועס טוט וואס יענער וועט קייען שטרוי און שלונגן נעגל און אנקומן אין קיין ערגעץ.

אבער עס נעמט נישט אוועק פון דיין טאלאנט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:54 pm
איך קען טאקע מצליח זיין אבער איך וויל נישט. פינטל.
פארוואס האלסטו אז דו קענסט און פארוואס ווילסטו נישט?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

דער קעפל דערמאנט מיר פון מיכאל'ס ניגון 'יא דו קענסט..' יהא זכרו ברוך.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:38 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:54 pm
איך קען טאקע מצליח זיין אבער איך וויל נישט. פינטל.
פארוואס האלסטו אז דו קענסט און פארוואס ווילסטו נישט?
איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט פונעם פותח.

איך וויל נישט (אקעי, כ'מיין נישט ממש מיר נאר די פוינט) זיין סוקסעספול ווייל איך האב נישט די קוראזש צי טוהן וואס איז ריכטיג און צי נעמען ריזיקע, ווען איינער ארבייט אויף א W2 קען ער נישט גיין נידעריגער פון דעם..

און רוב מענטשן זענען אזוי, זיי ווילן ענדערש מאכן $1,600 א וואך און בלייבן און זיין סעיף קאמפערט זאון ווי איידער למשל טוהן סעילס און מאכן עט ליעסט 100K א יאר, אדער עפענען א ביזנעס פון א טאג טעגליכע אינדוסטריע למשל פעינטן אדער עיר קאנדישאן'ס ווי ער הייבט אן אלץ די ביליגסטע אויפן מארק און מיט די צייט באקומט ער קריטישע עקספערטיס און ווערט פאפולער ביז ער באקומט סטעדי קאסטומערס וואס נוצן נאר אים און דאן מאכט ער איזי 250K א יאר.

ועוד, יעדער וואס וויל באמת מצליח זיין קען (און זאל) ציגיין צי סיי וועלכע סוקסעספולע ביזנעסמאן און זיין שול (פארשטייט זיך מיט שכל) און אים פרעגן וואס יא צי טוהן און וואס נישט, דער ביזנעסמאן וועט גערן מאכן אים אויסצוהערן און אים געבן 100% אויפריכטיגע עדווייס, אינפא וואס דער ביזנעסמאן האט זיך דערלערנט אויף זיין אייגענע הויט, נאלידזש וואס איז אומשאצבאר.

לע''ד איז די סיבה פארוואס מענטשן ווילן בלייבן לוזערס איז ווייל שטעלט אייך פאר אז איר הייבט אן פארדינען גרויס געלט... יעדער לויפט אייך נאך... דו הייבסט אן שפירן א מוראדיגע פרעשור פון דארפן אויסהאלטן די ארעמע ברידער'ס און שוואגערס... אויף נעמען גבאי צדקה מיט א שמייכל... יעצט לייג נאך צי אז דו דארפסט נאך נעמען ריזיקע אנציקומען אהין...

א שטיקל ראי' האסטו, ווייל מען זעהט מענטשן וואס הייבן אן חתונה צו מאכן די קינדער וואקסן אויף און אנערקענען אז זיי גייען בקרוב זיין דער צו וועם זייערע פרישע קאפלס גייען ארויס קוקן פאר הילף ווערן זיי פרא-אקטיוו און הייבן באמת אן צו נוצן זייערע גאט-געבענטשטע טאלאטן און פארדינען אסאך מער ווי זיי פלעגן ביז דאן.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

הערליכען ארטיקל מיט שטארקע נקודות.
לגבי די ערשטע מעשה וואס די שרייבסט מיט דעם עוזר, דער איז אין מיינע אויגן א הירא. ווען איינער אין אזא פאל לאזט זיך פאלן פונעם בעה״ב קומט ער עפ״ר אין ערגעץ נישט אן, ער בלייבט אינטער זיינע נידערטרעכטיגע (יא, נידערטרעכטיג, הייבן איינעם אין ראנג פשוט אויפן חשבון ווייל איך גיי אים אויסניצען זיך צו שפארן געלט און אים נישט באצאלן וואס די ארבייט איז ווערט, איז נידערטרעכטיג) קאפריזן און ביי די צייט וואס ער כאפט זיך ווי ער שטייט איז שוין אסאך מאל היבש שפעט און אסאך טייערע צייט פארביי געגאנגען און דער איינציגסטער וואס האט פארדינט פונעם געשעפט איז דער בעה״ב.
לעצט פארראכטן דורך אחד הרבנים אום מיטוואך מאי 15, 2024 12:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

זייער שטארק!!!!!!!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אחד הרבנים האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:18 am
הערליכען ארטיקל מיט שטארקע נקודות.
לגבי די ערשטע מעשה וואס די שרייבסט מיט דעם עוזר, דער איז אין מיינע אויגן א הירא. ווען איינער אין אזא פאל לאזט זיך פאלן פונעם בעה״ב קומט ער עפ״ר אין ערגעץ נישט אן, ער בלייבט אינטער זיינע נידערטרעכטיגע (יא, נידערטרעכטיג, הייבן איינעם אין ראנג פשוט אויפן חשבון ווייל איך גיי אים אויסניצען זיך צו שפארן געלט און אים נישט באצאלן וואס די ארבייט איז ווערט, איז נידערטרעכטיג) קאפריזן און ביי די צייט וואס ער כאפט זיך ווי ער שטייט איז שוין אסאך ממאל היבש שפעט און אסאך טייערע צייט פארביי געגאנגען און דער איינציגסטער וואס האט פארדינט פונעם געשעפט איז דער בעה״ב.
ריכטיג!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער א שטארקע נקודה. אבער ס'מוז נישט זיין אמת אין יעדע פאל.

די חלק פון די גאול וואס ער האט געשטעלט אין די דריטע מעשה. ער האט נישט געדארפט זיין א אנזעצער. מ'קען אנהייבן מיט א סייד האסטל.

אסאך אינגערלייט מיינען אז מ'דארף זיך אריינלייגען. פאר אסאך ארבעט עס און פאר אסאך האט עס גאר געשאדט.

ס'איז בכלל נישט דא קיין כלל ווען ס'קומט צו אזעלעכע זאכן.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך הערליך
זייער שטארק
מאיבי תחכמני
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

גוטע פוינט, נישט אייביג רעלעוואנט. אבער וואו יא, איז עס וויכטיג.
האסט א פיינע פעדער, כ'האב הנאה געהאט צו ליינען.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: יעדע מענטש קען אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פארוואס זאגט די עולם נישט אייביג איז עס אזוי איינער קען מער מרחוב זיין
מאיבי תחכמני
אזייגער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm

Re: יעדע מענטש קען (נישט) אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזייגער »

שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:33 pm
הערליכע ארטיקל, זייער שיין ארוסגעברענגט דיין פרעספעקטיוו.

דער פראבלעם:
נישט יעדער איז געאייגנט אויף אלעם.
למשל מר אנאנים האט די אייגנשאפט צו נעמען ריסק (יא דאס אליינס איז א כשרון) און ער איז גוט דערין, א צווייטער וואס האט נישט די אייגנשאפט, און נאכן ליינען א ביכל, ארטיקל אדער מקוה שמועס טוט וואס יענער וועט קייען שטרוי און שלונגן נעגל און אנקומן אין קיין ערגעץ.

אבער עס נעמט נישט אוועק פון דיין טאלאנט.
ווען א מענטש באשלוסט אז ער איז נישט געאייגענט אויף א געוויסע פאך, וועט ער טאקע נישט מצליח זיין, ווייל וואס זאל אים געבן דעם שטופ דערצו.
איך האב געמיינט ארויסצוברענגן אז ווען א מענטש ווייסט אז מעגליך טויגט ער יא אויף עפעס זאל ער נישט מורא האבן, נאר אריינטאנצן דערין מיטן גאנצן אייפער.

אל תתבייש מפני המלעיגים!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: יעדע מענטש קען (נישט) אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אזייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:52 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:33 pm
הערליכע ארטיקל, זייער שיין ארוסגעברענגט דיין פרעספעקטיוו.

דער פראבלעם:
נישט יעדער איז געאייגנט אויף אלעם.
למשל מר אנאנים האט די אייגנשאפט צו נעמען ריסק (יא דאס אליינס איז א כשרון) און ער איז גוט דערין, א צווייטער וואס האט נישט די אייגנשאפט, און נאכן ליינען א ביכל, ארטיקל אדער מקוה שמועס טוט וואס יענער וועט קייען שטרוי און שלונגן נעגל און אנקומן אין קיין ערגעץ.

אבער עס נעמט נישט אוועק פון דיין טאלאנט.
ווען א מענטש באשלוסט אז ער איז נישט געאייגענט אויף א געוויסע פאך, וועט ער טאקע נישט מצליח זיין, ווייל וואס זאל אים געבן דעם שטופ דערצו.
איך האב געמיינט ארויסצוברענגן אז ווען א מענטש ווייסט אז מעגליך טויגט ער יא אויף עפעס זאל ער נישט מורא האבן, נאר אריינטאנצן דערין מיטן גאנצן אייפער.

אל תתבייש מפני המלעיגים!
במחילה מכבודך, פארשטיי איך נישט וואס דו האסט מיר געענטפערט.
עס איז דא זאכן וואס א מענטש איז נישט געאייגנט אויף פוינט בלענק. בכלל נישט געוואנדן אין קיינע החלטות.

(אגב, א מענטש קען האבן סוקסידן אין זאכן וואס ער איז נישט געאייגנט אין אבער נעבעך אויף אים, ווייל ער פלאגט זיך זייער, בעת וואס ווען ער איז עוסק אין זיין נאטורליך זאנע איז עס ווי געזאגט, נאטורליך א מחי׳)

עיין חובת הלבבות שער הבטחון,
תפארת שלמה דעם ערשטן שטיקל אויף פרשת בראשית.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אברך הידוע
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2022 3:49 pm

Re: יעדע מענטש קען (נישט) אלעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך הידוע »

אזייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:52 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:33 pm
הערליכע ארטיקל, זייער שיין ארוסגעברענגט דיין פרעספעקטיוו.

דער פראבלעם:
נישט יעדער איז געאייגנט אויף אלעם.
למשל מר אנאנים האט די אייגנשאפט צו נעמען ריסק (יא דאס אליינס איז א כשרון) און ער איז גוט דערין, א צווייטער וואס האט נישט די אייגנשאפט, און נאכן ליינען א ביכל, ארטיקל אדער מקוה שמועס טוט וואס יענער וועט קייען שטרוי און שלונגן נעגל און אנקומן אין קיין ערגעץ.

אבער עס נעמט נישט אוועק פון דיין טאלאנט.
ווען א מענטש באשלוסט אז ער איז נישט געאייגענט אויף א געוויסע פאך, וועט ער טאקע נישט מצליח זיין, ווייל וואס זאל אים געבן דעם שטופ דערצו.
איך האב געמיינט ארויסצוברענגן אז ווען א מענטש ווייסט אז מעגליך טויגט ער יא אויף עפעס זאל ער נישט מורא האבן, נאר אריינטאנצן דערין מיטן גאנצן אייפער.

אל תתבייש מפני המלעיגים!
געהערט א ווארט אמאל פין א יונגערמאן וואס האט א סוקסעפול קאמפעני אזא ווארט.
מען זאגט אלס אז נישט יעדער גיז געמאכט צי זיין אן אנטרעפענור.
יעצט וועט זיין מענטשען וואס העלן זאגען גערעכט נישט געמאכט פאר יעדען.
דערנאך וועלן זיין חברה וואס עס וועט זיי באדערן היתכן נישט יעדער קען זיין אן אנטרעפאנור אז מען וויל קען מען.
איז דער ווען עס האדירו טאקע דער איז געאייגנט דערפאר אין דער אנדערער העט טאקע בלייבן אויף זיין פעי טשעק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”