יעדע מענטש קען אלעס!!!
ער מאכט זיכער צו זיין אין אפיס יעדן טאג אין די באשטימטע צייט, אויספירן זיינע פליכטן, און גארט צו קריגן זיין ערליך פארדינטן טשעקל.
עטליכע טריט אוועק פון זיין אפיס זיצט זיך ר' משולם - זיין בעל הבית - און גייט איבער די ביכער פון די פירמע. גאר גרינטליך קוקט ער נאך פארוואס די פופצן הונדערט דאלער איז אויסגעשריבן געווארן צום רייניגער, ווי אזוי קומט מען אויף מיט א געדאַנק אַז די באקסעס זאלן פארנעמען עטוואס מער סחורה, און פראבירט טרעפן נאך אפאר דאלער וואס מען קען שפארן פון די אויסגאבן פון די פירמע.
נאכן נישטערן אביסל איז אים איינגעפאלן א געדאַנק. נעמליך, איינע פון די שטארקע קאָסטן אויף וואס די קאמפעני שפענדט איז די באשיידענע סכום וואס גייט אראפ אויפצוהאלטן דעם מענעדזשער פון די דעליוועריס. דען אזא גרויסע פירמע ווי F&T שיקט ארויס פיל מאל גיגאנטישע טרעקלעך מיט ארטיקלען וואס זענען פראדעצירט געווארן ביי זיי אין פעקטארי, און איינער דארף דאך פארפיגן אויף די באשטעלונגען עס זאלן זיך נישט מאכן קיין טעותים, צום ביישפיל, א נישט ריכטיגע שיפמענט, אדער יעדע אנדערע פאנטשער וואס קען אונטערקומען אין די פארנומענע סעזאנען.
נאכן איבערגיין די חשבונות האט ר' משולם איינגעזען אז עס לוינט נישט אויפצוהאלטן אן ארבעטער בלויז פאר די עקספארט. מיט זיין שארפן ביזנעס קאפ האט ער זיך בארעכענט אז עס וואלט זיך אים ליבערשט געלוינט צו הייבן אין ראנג איינע פון די פילצאליגע ארבעטער, און מיט א נישטיגן סכום צוגעלייגט צו יענעמ'ס פארדינסט זאל ער טון א צווייפאכיגע ארבעט.
ער האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין בענקל, אויסגעשפרייט די הענט און פיבערהאפטיג געקלערט ווער עס וואלט געווען פאסיג פאר דעם שטעלע.
אפשר משה נחום? ניין, ער וועט נישט דערהייבן דעם לאסט. שמואל חיים איז שוין גענוג פארנומען אזוי אויך. נו ווער יא? ער האט געביסן זיינע פינגערס נערוועזערהייט ביז ער איז געפאלן אויף א געדאַנק. עוזר, אוודאי, פארוואס האט ער נישט פריער געטראכט דערפון.
עוזר איז דאך נישט אזוי פארנומען, ער איז א געראטענער מאן, און צוגאב איז ער שטארק געטריי.
מיטן גוטן געפיל איבער זיין געלונגענעם אויסוואל האט ער זיך פארבינדן צום אפיס טישל פון עוזר, ווען דער לעצטער האט געענפערט דעם רוף ביים צווייטן קלונג אינגאנצן פארוואונדערט וואס עס ברענגט דערצו אז זיין בעל הבית זאל אים אנרופן אינמיטן טאג אזוי אומגעראכטן.
"א גוטן עוזר, ביסט פארנומען יעצט? אה... וואלסט געקענט אריבערקומען אין מיין אפיס פאר אפאר מינוט? יא, אביסל דרינגענד... אין עטליכע מינוט? ערלעדיגט, איך ווארט אויף דיר, כל טוב."
געציילטע מינוטן שפעטער האט זיך געהערט א קלאפ אויפ'ן טיר פון ר' משולם. עוזר איז אריינגעקומען און ר' משולם האט אים פארבעטן זיך צו זעצן. אן קיין לאנגע הקדמות איז ר' משולם צוגעגאנגען צום ווארט.
ער האט פארגעלייגט זיינע ענטוזיאסטישע פלענער פאר עוזר איבער זיינע לעצטע באשלוסן, זיך גרייטנדיג אויף די פולע הסכמה פון זיין געטרייען ארבעטער, אבער צו זיין שאק האט יענער געצויגן מיט די אקסלען.
ר' משולם האט פראבירט צו איבערצייגן עוזר אז דאס איז אן איינמאליגן פארשלאג וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, מיט א גלענצעדן געלעגנהייט צו שטייגן אין די רייען פון די פירמע מיט א גוט באצאלטן פארדינסט, אבער זיינע רייד זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.
ר' משולם איז געווען צומישט. דא שלאגט ער פאר א געלעגנהייט פאר זיין געטרייען ארבעטער, און וואונדערליך וויל יענער נישט אננעמען דעם אנבאט. עוזר האט נישט געלאזט זיין בעל הבית צו לאנג קווענקלען נאר איידעלערהייט אים ערקלערט אז ער האלט אז ער איז נישט פאסיג פאר דעם פליכט.
זעענדיג די אנטשלאסענקייט אין עוזר'ס אויגן האט ר' משולם מיט א קרעכץ אים צוריקגעשיקט צו זיינע טעגליכע פליכטן און די רעדער פון זיין מוח האבן זיך געדרייט אויף וועם נאך.
★
דאס פרישע פארפאלק האבן געגעסן די ווארעמע זופ מיט א געמיטליכקייט. עס איז געווען קוים געציילטע וואכן נאך זייער דערהויבענע חתונה בשעה טובה ומצלחת, ווען דער פרישער אונגערמאן האט געבראכן די שטילקייט.
קענסט אונזער נייע שכן אביגדור? איך האב געטראכט אז אפשר איז זיין טאכטער פאסיג פאר מיין געוועזענעם חברותא מאיר. ער איז א געלונגענע בחור פיל מיט מעלות, איך קלער אז עס וואלט געקענט ארבעטן.
אבער גארנישט האט פאסירט. די קומענדיגע טעג האט זיך ראובן ארומגעדרייט פאר'שיכור'ט פון זיין געוואלדיגן בייפאל, אבער נישט גענומען די מיה צו מאכן דעם פשוט'ן טעלעפאן קאל.ַ
ער האט פשוט געציטערט. זיין חבר האט אים איינמאל דערציילט ווי אזוי עלטערן פירן זיך אויף ווען מען טראגט זיי אן א פארשלאג, און די נישט שיינע באנעמונג וואס די רופער קריגן.
זיין אשת חיל האט אים גראדע איין טאָג געפרעגט וואס מיט דעם געדאַנק איז געווארן, אבער חוץ א אומבאלומפערטן תירוץ האט ער גארנישט געענפטערט.
די טעג זענען געקומען און די וואכן זענען געגאנגען, און צוביסלעך איז דער געדאנק ארויסגעפלויגן פון זיין קאפ.
★
אין בארא פארק איז דא א איד, גאנץ באקאנט, וואס צוליב זיין אימווילן וועט ער בלייבן אנאנים.
ער איז אויפגעצויגן געווארן אין זייער א ארימע שטוב, אן קיין שום צוקונפט. א דורכשניטלעך בחור'ל געווען וואס קיינער האט אים נישט געשאנקען קיין צווייטן בליק.
גליקליכערהייט האט ער חתונה געהאט אין א גוטע שעה, אין ארויסגעקוקט אויף א געשמאקן לעבן.
עטליכע יאר נאך זיין חתונה האט ער געדארפט ארויסגיין צו די גרויסע שרעקעדיגע ביזנעס וועלט. א פרישער אינגערמאן, אן קיין שום וואוסנשאפט צו געשעפטן, אן דעם טאטן'ס עקספערטיז אינעם פינאנציעלן וועלט האט ער פראבירט צו מאכן א גרינגן דאלער.
א שטיק צייט שפעטער האט ער באשלאסן: איך גיי ווערן א עושר. אפגעמאכט. שטעל דיר אויפן קאפ. ער האט זיך געמוטשעט, דורכגעפאלן, מיטגעמאכט אנזעצעס וואס וואלטן יעדן נארמאלן מענטש אויסגענאגט דאס לעצטן טראפן בלוט, אבער ניין, ער האט א ציל. א עושר האט מען גערעדט.
ער האט געשפיגן בלוט, געגעסן דעם גאל, אבער דעם ציל האט ער געגרייכט. ער איז היינט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע נגידים וואס דער היימישער ציבור פארמאגט.
דו ליינער! יא יא, צו דיר רעד איך, וואס ביסטו אנדערש פון אים? דו קענסט נישט גרייכן דעם שפיץ בארג? וואָס מיינסטו, ער קען יא? האט ער דען געהאט די מעגליכקייט? ער איז געווען די געלעכטער ביי אלע זיינע פריינט מיט זיינע גראנדיעזע פלענער. איבעראל איז ער געווען דער חוזק. אבער נאר געווען.
ווען דו באשליסט סיי וואס, אין יעדן פראפעסיע, תורה, ביזנעס, ריעל עסטעיט, מעדיקל, געדענק! אויב קוקט עס אויס אוממעגליך, האסטו עס, דא איז עס באגראבן.
אויב קוקט עס אויס גאר שווער, פריי דיך און טאַנץ פאר שמחה. געדענק דעם וועלט'ס ווארט: א גוטע זאך קומט אן שווער. די וועלט קען מען נישט פאר'נער'ן...
דו קענסט יא!!!
געדענק!!!